315

פסח איז פה סח4.

הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק האָט גערעדט אין דעם אַן אריכות הביאור.

ד. מה נשתנה.

דער נוסח פון מה נשתנה איז, אַז מען דאַרף זאָגען בזה"ל:

טאַטע איך וועל ביי דיר פרעגען פיער קשיות5.

ביי הוד כ"ק רבנו הזקן פלעגען אַלע קינדער פרעגען מה נשתנה6: דער מיטעלער רבי, ר' חיים אברהם7, און ר' משה8 און נאָכדעם דער אייניקעל הוד כ"ק אאזמו"ר הצמח צדק, און אַלץ מיט'ן זעלבען נוסח, טאַטע וכו', אַז זיי פלעגען ענדיקען פלעגט דער אַלטער רבי אַליין זאָגען בלחישה מיטן זעלבען נוסח, טאַטע וכו'9.

איך האָב געפרעגט ביי הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק, ביי וועמען האָט דער אַלטער רבי געפרעגט. האָט מיר כ"ק אאמו"ר הרה"ק געענטפערט: מקבל געווען האָב איך ניט, נאָר איך בין משער אַז דאָס האָט ער געפרעגט ביי דעם בעל ח"י10. האָב איך איהם ווייטער געפרעגט, אם כן ווי אַזוי האָט ער אים גערופען טאַטע. האָט מיר הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק געזאָגט: דו ביסט דאָך אַ דברן, בעט איך דיר אַז דאָס זאָלסטו ניט דערציילען...

ה. עבדים היינו.

יעדער ענין האָט זיך זיין ניגון. הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק פלעגט זאָגען עבדים היינו מיט אַ בעזונדער ניגון, מיט אַ העכערען קול און בקצת דביקות. דער פירוש פון אַ העכערען קול מיינט אַז אין יעדען וואָרט האָט זיך אָנגעהערט דער "העכער" פון דעם וואָרט. דאָס וואָס איז העכער פון דעם וואָרט.

ו. אחד חכם וכו'.

אַלע ריידען וועגען אחד, אויך דער רשע רעדט וועגען אחד11. ער גלויבט אין אחד נאָר דאָס איז ביי איהם אַ בעזונדער זאַך, עס האָט צו איהם קיין שייכות ניט, ע"ד עזב הוי' כו'12. ער איז מבטל און זאָגט: עס איז דאָך אם13 צדקת מה תתן לו ואם רבו פשעיך מה תעשה לו וכו'14.

דער אחד פון תם איז די תמימות'דיקע אמונה פשוטה פון אַ איש פשוט.

דער אחד פון שאינו יודע לשאול איז שוין גאָר אַנדערש. פון דעם לערנען מיר אָפּ צוויי זאַכען: אַז מען דאַרף פרעגען און מען דאַרף ענטפערען, וואָס דאָס איז

הערות

  1. 4. בכ"מ בכתבי האריז"ל. וראה סהמ"צ להצ"צ מצות חמץ ומצה ספ"ב [כג, ב].
  2. 5. זע אויך "היום יום" טז ניסן ה'תש"ג.
  3. 6. [ראה ספר השיחות תש"ד ע' 87.
  4. 7. ראה אודותו — ספר השיחות תרפ"חתרצ"א ע' 33 הערה 30. וש"נ.
  5. 8. ראה אודותו — אגרות-קודש ח"ז ע' טו ואילך. חי"ד ע' קסד ואילך. רשימת רבינו — "דברי ימי חיי אדמו"ר הזקן". רשימה בספר התולדות אדמו"ר הזקן (קה"ת — אה"ק — תשמ"ו) ח"ד ע' 1192 ואילך. ספר השיחות תרצ"וחורף ה'ש"ת ע' 54. ע' 81 ואילך. ע' 113. ע' 126. ע' 250. בית רבי ח"א פכ"ד (נז, א).
  6. 9. ראה גם שיחת ליל א' דחה"פ תש"ז (לעיל ע' 102)].
  7. 10. אחי' השילוני. זע הערה בקונטרס ב' ניסן [סה"מ ה'שי"ת] ע' 160 [לקמן ע' 347. וראה לעיל ע' 232 ובהערה 18].
  8. 11. [ראה גם שיחת ליל א' דחה"פ תש"ח (לעיל ע' 199).
  9. 12. לשון הכתוב — יחזקאל ח, יב. ט, ט. וראה סה"מ תרנ"ח ע' א ואילך. עזר"ת ע' סב ואילך. ובכ"מ.
  10. 13. ע"פ איוב לה, וז.
  11. 14. ראה תורת חיים שמות צג, אב ובכ"מ].

עמודים המצטטים את אותם מקורות

עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.