314
שיחות חג הפסח
בעת מכירת חמץ י"ג ניסן ה'תש"ט1
א. (אחר סדר מכיר' חמץ אמר כ"ק אדמו"ר שליט"א:)
דער אויבערשטער זאָל העלפען אַז דער מכירת חמץ זאָל זיין אין אַ פנימיות. ביטול חמץ אַליין איז ניט מספיק. עס דאַרף זיין דער ביעור חמץ. וואָס דאָס אַלץ איז אַ הכנה אויף אַריינצובריינגען די מצה, וואָס איז מיכלא דמהימנותא2.
ב. מצה איז מיכלא דמהימנותא און אויך מיכלא דאסוותא3. דער חילוק איז, אויב ער איז ניט קיין געזונטער איז פריער מיכלא דאסוותא און נאָכדעם מיכלא דמהימנותא. אָבער ביי אַ געזונטען איז פריער מיכלא דמהימנותא און נאָכדעם איז דער מיכלא דאסוותא, דאָס הייסט, אַז דער מיכלא דמהימנותא זאָל אויף עם פועל'ן.
סדר הראשון, חה"פ, ה'תש"ט
ג. חג הפסח תרנ"ט האָט הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק שטאַרק פאַרבראַכט ביי די סדרים און האָט דאַן דערציילט:
החסיד ר' זלמן זעזמער1 איז געווען פון די, וועלכע האָבען נאָך געקענט די זקני החסידים וועלכע זיינען געווען ביים בעל שם טוב נאָך איידער דער אַלטער רבי איז געבאָרען געוואָרען, און האָבען געדיינקט ווען דעם אַלטען רבי'ס פאָטער ר' ברוך האָט, צוזאַמען מיט דער מוטער, געבראַכט דעם אַלטען רבי'ן, אַלס קינד פון דריי יאָהר צום בעש"ט2.
החסיד ר' זלמן זעזמער האָט איבערדערציילט וואָס ער האָט געהערט פון די זקני החסידים קורצע תורהווערטער פון בעש"ט. איינע פון די תורה ווערטער:
הא לחמא עניא, הא איז בינה3, איז דאָס לחמא עניא, אַז מען פאַרשטייט די עניות פון השגה דאַן פאַרשטייט מען די עשירות פון חכמה.
הערות
- 1. שיחות חג הפסח תש"ט נדפסו עם מ"מ והערות מכ"ק אדמו"ר נשיא דורנו בסה"מ ה'שי"ת ע' 183 ואילך.
- 2. זע זהר ח"ב מא, א. קפג, ב. — בסהמ"צ להצ"צ מצות חמץ ומצה מציין לזח"א קנז. וצ"ע.
- 3. זח"ב קפג, ב. — זע אויך "היום יום" טו ניסן ה'תש"ג [ספר השיחות תש"ב ע' 94 ואילך]. ד"ה כימי צאתך תש"ח (קונטרס נו) פי"ב [סה"מ תש"ח ע' 166. וראה לעיל ע' 312 ואילך].
- 1. וועגען עם זע קיצורים לתניא ע' קכג [אגרות-קודש ח"ד ע' רסה]. ס' השיחות [קיץ ה'ש"ת] ע' 104. קונטרס עב [סה"מ ה'שי"ת] ע' 88 [ספר השיחות תש"א ע' 34. לעיל ע' 313. וראה גם ספר השיחות תרפ"חתרצ"א ע' 244. וש"נ].
- 2. זע בארוכה שיחת חי אלול ה'תש"ה (לקוט כה) [ספר השיחות תש"ה ע' 122 ואילך].
- 3. חידוש כאן כי בכ"מ בכתבי האריז"ל נתבאר הא לחמא עניא, הא אחרונה מל'. [וראה גם שיחת ליל ב' דחג הפסח תש"ח (לעיל ע' 204)].
עמודים המצטטים את אותם מקורות
עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.