312
יום א יא ניסן, תש"ט1.
אין די ימי החינוך וואָס הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע האָט מיך מחנך געווען, איז געווען אַ סדר קבוע מסודר בדיוק נקודי.
* * *
דער וואָס איז געבענטשט מיט אַ געזונטן חוש השמיעה, הערט ער — דאָס מיינט דערהערט2 — דעם חוט פנימי — דעם אינערליכען שנירל — דעם בריח תיכון פון דעם וואָרט.
בכלל אין אַ חסידישן סיפור און אין אַ קורצן וואָרט, אָן קיין שום חילוק צי דער וואָרט איז מער ניט ווי אַ מקורי וואָרט אָדער איז אַ מקורי נקודה וואָרט; דאַרף מען דערהערן דעם חוט הפנימי.
* * *
יעדער חסידישער וואָרט איז באַלעבט מיט אַ חיות פנימי להחיות, וואָס דאָס איז דער הפרש פון השכלה דחסידות חב"ד און עבודה דחסידות חב"ד.
אַז מען לערנט אַ ענין אין חסידות בעיון גדול און מען איז זיך אַליין מבאר ומסביר דעם ענין מיט כמה משלים ודוגמאות, בריינגט דאָס אַז מען פאַרשטייט דעם ענין דייטליך קלאָר און לעבעדיק. אָבער אין עבודה בפועל פון תיקון המדות קומט דאָס ניט. איז דאָס טאַקע חיות, ער קאָכט זיך אין דעם, אָבער עס איז ניט להחיות אין פעולת הטבת וזיכוך המדות.
* * *
די עטלעכע ווערטער זיינען דער פירוש וביאור המלות "חינוך קבוע ומסודר בדיוק נקודי". עס איז פאַראַן חינוך מסודר בדיוק, און עס איז פאַראַן נאָך אַ אופן חינוך פרטי מסודר בדיוק נקודי, דער חינוך איז ניט קיין כללי, ניט פאַר אַלעמען נאָר פאַר יחידים פרטיים, אָבער יעדער יחיד איז אַ כללי, וואָס זיינע מוחין ומדות, הגם זיי זיינען פרטיים, דאָס איז דאָך זיינע וואָס מען גיט אים מלמעלה, דאָך אָבער איז ער אַ כללי, אין אים און דורך אים ווערט נתגלה אַ אור וחיות להחיות.
* * *
דער בכן פון דעם פנימיות'דיקן ביאור איז אַז מען בעדאַרף דערהערן — און אַז מען איז זוכה פילט מען — וואָרום עס איז אַ קבלה מרבי לרבי וואָרט:
אַ פנימיות'דיקער מחונך האָט די ריכטיקע גוט אויסגעפלאסטערטע כלי קיבול.
דאָס איז דער מקובל'דיקער וואָרט3:
מצה שמורה ווערט גערופען בשני שמות עצמיים ופנימיים: מיכלא דמהימנותא און מיכלא דאסוותא4. עס גיט אַ חיזוק אין דעת.
דאָס איז דער פנימי נקודי עצמי וואָרט
הערות
- 1. נדפס עם מ"מ והערות מכ"ק אדמו"ר נשיא דורנו בסה"מ תש"ט ע' 142 ואילך. השיחה נאמרה להרה"ח ר' שלמה אהרן קאַזאַרנאָווסקי שנכנס להיכל קדשו (חדר ה"יחידות") של רבינו למסור דו"ח ע"ד שליחות מסוימת שנמסרה על ידו.
- 2. זע די שיחה בקונטרס יבויג תמוז תש"ח בארוכה [סה"מ תש"ח ע' 252 ואילך. ספר השיחות תרצ"וחורף ה'ש"ת ע' 343 ואילך].
- 3. [הועתק בהגדה של פסח עם לקוטי טעמים ומנהגים ע' לד.
- 4. זח"ב קפג, ב. וראה לקו"ת צו יג, ד. לקמן ע' 314].
עמודים המצטטים את אותם מקורות
עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.