309
קודם הניגון של ד' הבבות מאדמו"ר הזקן, ניגון של כ"ק אדמו"ר הרה"ק נ"ע — דעם טאַטענס ניגון. ואח"כ הניגון שכ"ק אדמו"ר הרה"ק נ"ע התפלל עמו, ואח"כ הניגון של ד' הבבות. בעת הניגון הזה, הנה כ"ק אדמו"ר שליט"א ניגן ג"כ אותו בדביקות גדולה ובכה הרבה בבכיות עצומות).
ד. אַלע אידן ווייסן, דאָס איז אַ הנחה עצמית, אָפּגעלייגט, אַז בנים אתם20, בני בכורי ישראל21.
אַ טאַטע, אַ געטרייער טאַטע, האָט האָלט זיינע קינדער, לבד זה וואָס דער טאַטע איז זיך מצטער ווען דעם קינד פעלט עפּעס, איז זיין גאַנצער ענין אויף גורם זיין דעם קינד אַ קורת רוח.
אפילו ווען דער קינד איז ניט ווי ער בעדאַרף זיין, פּאַטשט ער אים ניט, ער ווייס אַז מיט פּאַטשען מאַכט מען ניט, ער ווייס אַז ער איז ניט שולדיג, נאָר די סביבה איז גורם, די שלעכטע חברים, א. א.
ער נעמט אים צו זיך און זאָגט אים: וואָס גלייכסטו זיך צו זיי, זיי זיינען דאָך שקצים וואָס גייען אין גאַס און רייסן אָפּ אַן עפּל און חאַפּן אָן אַ ברכה, דו גייסט דאָך אין חדר, טראָגסט ציצית, מאַכסט ברכות, אַז דו וועסט בעזר השי"ת ווערן אַ בר מצוה וועט מען דיר מצרף זיין צום מנין, ניין אידן וועלן זיין אין שול און מ'וועט ניט קענען זאָגן אַ דבר שבקדושה און דו וועסט משלים זיין דעם מנין צו קענען זאָגן אַ דבר שבקדושה, דאָס איז דאָך אַ זאַך. מיט דעם הויבט ער אים אויף, ער זאָל באמת בעסער ווערן.
דער אויבערשטער איז זייער אַ געטרייער טאַטע, אָבער אידן האָבן צופיל נסיונות.
עס איז שוין העכסטע צייט22 עס זאָל זיין גילוי המשיח, מיר ווילן אָן קאָמבינאַציעס.
אַליין גייט מען ניט, דער וואָס האָט אונז געפירט אין גלות דער דאַרף אונז אַרויסנעמען.
איך וויל ניט ריידן אין דעם, עס איז ניט מיין עסק, דער אויבערשטער זאָל שיקן משיח צדקינו און צונויפנעמען אַלע אידן ווי זיי זיינען, בחסד וברחמים, און אונז פירן אין ארצנו הקדושה תבנה ותכונן23.
(צוה לנגן הניגון ניע זשוריצי חלאָפּצי, וכל המסובים הלכו בריקוד בשמחה רבה. ואח"כ אמר: אַ גוטן יום טוב).
הערות
- 20. פ' ראה יד, א.
- 21. שמות ד, כב.
- 22. ראה שיחת ש"פ משפטים תשנ"ב (ספר השיחות תשנ"ב ח"ב ע' 363).
- 23. ברשימה אחרת: עס איז שוין העכסטע צייט אַז ער זאָל שיקן משיח דעם גואל צדק, און ער זאָל אונז פירן אין ארץ אבותינו הקדושה באמת אן קאָמבינאַציעס. איך וויל ניט ריידן אין דעם, עס איז ניט מיין עסק. . . ער האָט אונז געשיקט אין גלות און ער וועט אונז אַרויסנעמען פון גלות, אַליין גייט מען ניט. דער אויבערשטער זאָל העלפן אַז אידן וואו זיי זיינען זאָלן קענען גיין מיט משיח'ן אין ארץ אבותינו ת"ו.
עמודים המצטטים את אותם מקורות
עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.