308

זאָגט אַזוי און ער זאָגט אַזוי. אַז ער וויל מאַכט ער אַ גרייז אין די גמרא, אין רש"י — באמת איז דער גרייז אין אים נאָר ער לייגט אַריין דעם גרייז אין גמרא און רש"י. ער זאָגט אַזוי: דעם חידוש האָב איך שוין געזאָגט פאַר גאונים, זיי האָבן אפילו מבטל געווען אָבער זיי האָבן מיר אָפּ'געפרעגט מיט העזה און איך האָב זיי אָפּ'געפרעגט11 דעם תוספות מיט חכמה. דאָס איז "המן מן התורה"12, מיט תורה אַ המן.

פטר'ן המן'ען איז נאָר דורך דעם איש יהודי, אַ פשוטער איד, מיט מסירת נפש, אַ קאַפּיטל תהלים, אַ פשוטער איד אַ דאָרפס איד מיט זיין קאַפּיטל תהלים פטר'ט ער אַוועק המן'ען.

נאָך דעם האָט מען געמאַכט די קביעות פון זאָגען תהלים, אויף צו ברעכען דעם המן שבכל דור ודור.

מיר האָבן אסך המן'ס, און ברעכען זיי איז דער איש יהודי מיט אַ האַרציג קאַפּיטל תהלים, לא בחרב ולא בחנית כי אם ברוחי13 — מיט אַ האַרציג קאַפּיטל תהלים.

דער כלל ישראל דאַרף האָבן רחמים רבים. מ'קען ריידן אין דעם בארוכה נאָר אַז מען רעדט בארוכה קען מען דאָך זאָגן אַ סאַך פשטים, הגם אַלע פשטים זיינען אמת, אָבער מ'דאַרף וויסן און ניט ריידן.

דער אויבערשטער זאָל העלפן מיר זאָלן זוכה זיין צו גילוי המשיח און ער זאָל אונז פירן בחסד וברחמים אין ארץ אבותינו הקדושה תבנה ותכונן.

ג. מ'האָט שוין אַמאָל גערעדט אין דעם14, כל בעלי השיר יוצאין בשיר ונמשכין בשיר15, אַז מען זינגט אַ ניגון, אַ פנימיות ניגון, וואָס אַ רבי האָט דעם ניגון געזונגען, דער רבי האָט אים מחבר געווען, אָדער ער האָט מיט דעם ניגון געדאַווענט, ער האָט מיט אים אויסגעטאָן.

— ביים זיידן פלעגט זיין ניגונים ווען ער פלעגט אויסטאָן די בגדי חול און אנטאָן די בגדי שבת, און אויסטאָן די בגדי שבת און אָנטאָן די בגדי חול16, און די אַלע בגדים זיינען געווען זיידענע17 —

איז דער רבי אין זיין היכל אין ג"ע מיט אַלע חסידים און באי כחו, הערן דעם ניגון און זינגען מיט.

עס איז ידוע די מעשה ביים צ"צ ווען מ'האָט געזונגען דעם רבי'נס ניגון האָבען זיך אַלע אַרומגעקוקט ווי דער רבי איז דאָ18.

עס איז ניט מער וואָס ביי אונז איז פאַרשטאָפּט די כלי השמיעה, אָבער צוליב דעם וואָס דער טויבער הערט ניט און דער בלינדער זעט ניט איז דען דער דבר הנראה והנשמע ניט פאַראַן19?

איז ווען מען זינגט אַ רבי'נס ניגון קען מען בעטן, דאָס איז אַ זמן פון יחידות.

(וצוה כ"ק אדמו"ר שליט"א לנגן

הערות

  1. 11. ברשימה אחרת: געזאגט.
  2. 12. חולין קלט, ב.
  3. 13. ע"פ שמואלא יא, מז. זכרי' ד, ו.
  4. 14. ראה ספר השיחות קיץ ה'ש"ת ע' 160. ספר השיחות תש"ב ע' 134. ועוד.
  5. 15. משנה שבת נא, ב.
  6. 16. ראה שיחת כ' כסלו תרצ"ד ס"ה (לקו"ד ח"א קג, א). ספר השיחות תש"ד ע' 95.
  7. 17. ראה גם רשימת היומן קיץ תרצ"ה ("רשימות" חוברת קפב ע' 15).
  8. 18. ראה לעיל ע' 146. וש"נ.
  9. 19. להעיר מספר השיחות תרפ"חתרצ"א ע' 21.

עמודים המצטטים את אותם מקורות

מקורות הגמרא שבעמוד זה נפוצים מדי או ייחודיים לו, ולכן אין לו עמודים מקושרים.