307
דאָס פרעגן איז געווען בכדי עס זאָל ביי מיר בלייבן די תמונה פון די זאַך, ווייל דאָס איז פון די זמנים וואָס איך בין נאָך ניט שייך געווען צו וויסען די ענינים, און שפּעטער פלעגט ער מיר מבאר זיין דבר דבר על אופנו.
דער טאַטע האָט מיר מבאר געווען אַז דאָס איז על דרך ווען איינער איז מצייר אַ ציור, איז קודם ער מאַכט דעם ציור מיט אַלע גוונים, מאַכט ער פריער די כלליות'דיגע קוין פון דעם ציור אָן די פאַרבן, וואָס פון די קוין בעשאפט ער דעם חומר פון די זאַך, נאַכהער מאַכט ער די פרטי הציור מיט די פאַרבן וואָס דאָס איז די צורה.
פריער איז דאָס געווען אַ חומר אָן לעבעדיגקייט און איצטער גיט ער אַריין דעם לעבן.
פריער איז געווען התגברות החומר על הצורה, און איצטער איז ניט נאָר וואָס ער גיט אַריין אַ לעבן אין ציור נאָר עס איז אויך התגברות הצורה על החומר.
עס פלעגט זיין אַ סדר ווען דער טאַטע פלעגט זיין אויף יחידות ביים זיידען איז נאָך יעדע יחידות פלעגט ער איהם דערציילען עטליכע סיפורים7, עס זיינען אויך געווען סיפורים וואָס ער האָט געהערט פון דעם רבי'ן דער צ"צ, וואָס דער רבי דער צ"צ האָט געהערט די סיפורים פון אַלטן רבי'ן ווען ער איז נאָך ניט געווען שייך צו הסברה און דער שווער — דער מיטעלער רבי — פלעגט דאָס איהם מסביר זיין.
איינע פון די סיפורים איז: פורים איז על שם הפור8; וואָס איז פור אַליין? און אויב על שם הפור, פאַרוואָס איז דאָס ניט פור נאָר פורים9?
נאר דער ענין איז: פור איז עצם, פורים איז התפשטות — אַזאַ התפשטות וואָס איז מגלה דעם עצם; עס איז פאַראַן התפשטות וואָס איז מעלים על העצם, דאָ די התפשטות איז מגלה דעם עצם.
נאָך וואָס דאַרף מען פור?
המן האָט געוואָלט דעם פור — דעם עצם. המן איז געווען דער אמת'ער תלמיד פון נחש הקדמוני, ער האָט געוואָלט מ'זאָל זיך בוקן צו אים מצד עבודה זרה, ניט צו עבודה זרה מצד אים.
וואָס איז די סגולה לזה? מיט וואָס האָט מען אים געבראָכן?
— מיט דעם איש יהודי10, ניט מיט מרדכי הצדיק, נאָר איש יהודי, אַ האַרציגער איד.
עס איז דאָ איש, איש יהודי, און צדיק. צדיק איז מצד המוחין, ער ווייסט אַלע ענינים וואָס די נשמה פאַרמאָגט,
עס איז דאָ אַ בעל לב, אַ האַרציגער, ער איז גאָר ברוגז אויף מוחין, אויף וואָס דאַרף מען מוחין.
עס איז דאָ תורה ותפלה. תורה איז השכלה והשגה, תפלה איז האַרץ, אין תפלה איז אויך דאָ השכלה והשגה, אָבער דער עיקר איז האַרץ.
מיט תורה קען מען המן ניט צוברעכען. אין תורה איז פאַראַן יודעי תורה, לומדים, לומדים מופלגים. אַזעלכע וואָס דעם רבינו תם מאַכט ער אויס למדן, דעם ריב"א פאַר אַ ניט פאַרשטייער, דעם רשב"א באַהאַלט ער אין קעשענע, רש"י
הערות
עמודים המצטטים את אותם מקורות
עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.