306
פורים תש"ט
א. עס איז פאַראַן ענינים וואָס עס איז דאָ געוויסע זמנים וועלכע מ'דאַרף זיי ריידען, מ'דאַרף זיי ריידען שאַרף, אָבער מען מוז דאָס ריידען קורץ, ד.ה. קורץ און שאַרף.
די התחלה פון תורה איז די ליידיגע, די שיטות פנויות1. תורה איז אותיות, אותיות פון תורה, אידען קויפן אותיות פון תורה, יעדער אות איז אַ עולם מלא, יעדער איד איז אַ תורה שלימה, אידען און תורה איז איין זאַך2.
די התחלה פון תורה איז די ליידיגע, ליידיג פון וואָס עס מאַכט פול, ווי מיר זעהן בגשמיות ביי אַ כלי, זי איז ליידיג פון אַ אַנדער זאַך וואָס מען פילט אָן.
חומריות איז גראָ?, גשמיות קען מען מתקן זיין3. מיר זעהן ביי אַ מאכל שלא נתבשל מאַכט דער מאכל פול. אַז מען עסט אַ מאכל שנתבשל און דער מאכל ווערט נתעכל, ווערט ער דורך דעם מאכל נתחזק — דער חלוש ווערט אַ גבור, וואָס קודם האכילה איז ער אַ חלוש און דער מאכל איז אַ נתינת כח וואָס דער חלוש ווערט אַ גבור, אָבער אַ מאכל שאינו מתעכל איז לא די וואָס עס מאַכט פון אַ גבור אַ חלוש — מאַכט דאָס איהם נאָך פאַר אַ חולה.
אין עבודה איז דאָס: עס איז דאָ ג' נפשות, נפש הבהמית, נפש השכלית און נפש האלקית. מיט דעם נפש הבהמית קען מען גאָר ניט מאַכן3, אים קען מען ניט מתקן זיין. מ'האָט פון איהם בויךווייטאָג, האַרץווייטאָג און קאָפּווייטאָג.
דער יצה"ר איז אַ חכם4 להרע5, ער מאַכט איהם פאַר אַ צדיק, אַ תמים; מ'דאַרף זיך שטעלן מיט אַ תוקף און זאָגן צום יצה"ר: איך קען דיך מיט אַלע דיינע חכמה'לעך וואָס דו ווילסט מיך אַריינאַרען.
דעם יצה"ר דאַרף מען אינגאַנצען אַרויסוואַרפען. מיט דעם נפש הבהמית קען מען עפּעס מאַכן ער זאָל זיין אַ כלי צום נפש האלקית אויף קענען אויספירען די כוונה פנימיות פון תכלית ירידת הנשמה למטה.
ב. איך האָב שוין עטליכע מאָל דערציילט6 פון מיין יומן, פון מיינע קינדערישע יאָרן, דאָרט איז דאָ אַ חלק מיט דעם נאָמען "וואָס געדענקסטו".
דער טאַטע פלעגט מיך פרעגען "וואָס געדענקסטו" בכדי אָפּפרישען מיר דעם זכרון.
במשך הזמנים פלעגט ער מיר מבאר ומסביר זיין דבר דבר על אופנו וואָס ער האָט ביי מיר געפרעגט און דעם ענטפער.
הערות
- 1. ראה שיחת פורים תש"ד (ספר השיחות תש"ד ע' 66): "יעדער זאַך דאַרף האָבען אַ הקדמה. די הקדמה צו תורה שבכתב איז דער לובן פון די ד' שיטין, אַ אור פון העלם העצמי וואס קען ניט נתגלה ווערן אין אותיות". ובהערת כ"ק אדמו"ר נשיא דורנו ("היום יום" ח"ב (קה"ת, תשנ"ח) ע' יד): "צ"ע שזהו רק בין ספר לספר משא"כ בתחלת הס"ת, ואולי צ"ל הגליונות שלמע' ושלמטה?". וראה לקמן ע' 320. ע' 383. ספר השיחות תרצ"וחורף ה'ש"ת ע' 139.
- 2. ראה זח"ג עג, א.
- 3. ראה סה"מ תש"ו ע' 58.
- 3. ברשימת השיחה שתח"י כ' המניח: כנראה הכוונה על היצה"ר.
- 4. ע"פ ירמי' כד, יב.
- 5. ראה פרקי דר"א פי"ג. וראה גם לעיל ע' 115. וש"נ.
- 6. ראה לעיל ע' 41. וש"נ.
עמודים המצטטים את אותם מקורות
עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.