304

עס איז נויטיק אויך אין רוחניות. איר בעדאַרפט בעאיינפלוסן און באַוועגן אייער משפחה צו נעמען איינטייל אין דעם. מען בעדאַרף זיך וועגן דעם צוזאַמענריידן מיט אייערע פיר ברידער.

מר כ.: איך ווייס ניט ווי אַזוי איך קען דאָס באַווייזן.

כ"ק אדמו"ר שליט"א: אַ סוחר ווען עס שטייט אים פאָר אַ מסחר, ווערט ער שטאַרק נתפעל, למשל, ווען עס מאַכט זיך קויפן אַ זייער גרויסן געשעפט מיט אַ געוויסן גרויסן זיכערן פאַרדינסט, איז ביים אָנהויב טראַכט ער ווי וועט ער דאָס קענען דורכפירן, אָבער ווען ער זעצט זיך אַוועק און נעמט אַ ?לייפעדער7 און מאַכט אַ חשבון אַז היינט קען ער געבן אַזויפיעל, אין אַ חודש אַרום אַזויפיעל, און מען האָפט לרחמי שמים אַז ער ברוך הוא וועט העלפן. און אַזוי איז אויך אין דעם ענין, פריער אָפּדרוקן איין חלק, נאָכדעם אַ צווייטן, און אין אַ משך פון חדשים קען מען די זאַך דערווייזן צו פאַרענדיקן.

מען דאַרף האָבן אַ התעוררות הלב צו מקבל זיין די ברכה פון רבין. עס בעדאַרף זיין אַ איידלקייט אין שכל צו פאַרשטיין דעם עונג הנשמה בגן עדן.

מר כ. מבקש שיעזרו לו למצוא עוד שותפים לזה.

כ"ק אדמו"ר שליט"א: אַ טאַטע העלפט אַ קינד ווען ער טוט אַ גוטע זאַך. איך בין ניט אויסן נאָר די גשמיות פון דעם, איך בין אויך אויסן אַז גזע החסידים זאָלן זיין בעלי זכות. איך ווינטש אייך אַז איר מיט אייערע ברידער יחיו זאָלן האָבן דעם גרויסן זכות און זיין געבענטשט בגשמיות וברוחניות.

השם יתברך זאָל זיך מרחם זיין אויף אונז אַלעמען און אויף כלל אחינו בית ישראל בכל ארצות פזורינו און זאָל אונז שיקן דעם גואל צדק משיח צדקנו במהרה בימינו, אמן כן יהי רצון.

הערות

  1. 7. במהדו"ק משיחה זו: מיט פּאַפיר.

עמודים המצטטים את אותם מקורות

עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.