303
זופט דעם דאַוונען און צו אשרי ובא לציון האָט ער שוין צוגעלייגט אַן אויער צו הערן וואָס הערט זיך אויף דער וועלט און אין שטעטל.
אָט דער סאָרט מענטש איז געווען געקרוינט אין שטעטל מיטן צונאָמען דער טשיקאווער אָדער דער צודרייטער. ער האָט קיינמאָל קיין צייט ניט געהאַט, שטענדיק געווען צוטראָגן און פאַרהאוועט. ער האָט טאַקע געהאַט אַ נאָמען אין זיין שטעטל, אָבער וואָס פאַר אַ נאָמען.
דער אמת איז אַז מען בעדאַרף טאָן אין עניני פרנסה אָבער מען מוז וויסן די ריכטיקייט און זיך אַליין אָפּגעבן אַ חשבון אויף דעם יסוד מוסד פון תורה ואמונה אַז מען קען ניט פאַרדינען קיין איין גראָשן מער וויפיעל עס איז באַשטימט לויטן דין ומשפט.
מען בעדאַרף בעטן דעם אויבערשטן אַז דאָס וואָס מען פאַרדינט זאָל גיין למקום הראוי, פאַר זיך, פאַר די אייגענע בני בית און דער עיקר צו דערמעגליכן אַז אַנדערע זאָלן לערנען און זאָלן האָבן וואָס צו לערנען.
נו, איז וואָס טוט איר אין דעם? וואָס טוט איר אויף?
יעדער איד האָט פיר נעמען5: אדם, איש, אנוש, גבר. די דאָזיקע פיר נעמען ווערן געטיילט אין צוויי סוגים. דער ערשטער סוג בעטאָנט דעם עצם המהות פון מוחין און מדות. אדם איז אַ כינוי פאַר שכל, איש איז אַ כינוי פאַר מדות. און גבר און אנוש בעדייטען און ערקלערען קלאָר און שאַרף דעם תוכן פנימי ועצמי פון אדם און איש, אַז יעדער איינער בעדאַרף טאָן אַלעס וואָס ער קען, הן אַליין און הן דורך גוטע פירער, מלמדים און רבנים, צו שטאַרקן דעם גבר, דעם תוקף אויף דער שוואַכקייט פון אנוש.
דאָס איז די פליכט פון יעדער אידישן מחונך בכלל, און פון אַ חסידישן מחונך בפרט. אַ חסידישער מחונך מוז טאָן מיט זיך צו ווערן איידעלער. אַ טאַטנס אַ קינד, אַ זיידנס אַ אייניקל פון אַ חסידישער משפחה דאַרף האָבן דעם זכות פון אָפּדרוקן אַ ספר, צו זיין אַ מזכה את הרבים, כמו אָפּדרוקען דעם אַלטן רבינס שולחן ערוך.
תורה איז דער אידישער מחנךספר, פון דעם טאָג וואָס די נשמה קומט אַראָפּ אויף דער וועלט און דאָס קינד ווערט געבאָרן, זיינע דערציהונגס יאָרן, ביז דעם יום האחרון וואָס די נשמה בעדאַרף זיך אומקערן אין הימעל פון דער שליחות אַרבעט וואָס מען האָט איר מזכה געווען דורכצופירן אויף דער וועלט.
עס איז ידוע דעם הייליקן בעל שם טוב'ס מאמר וואָס ער האָט מבאר געווען דעם מאמר מנהגן של ישראל תורה היא6, אַז יעדער מנהג טוב אין חיזוק התורה והמצות איז דער מנהג אַליין תורה6, וואָס בריינגט אַ געוויסע פאַרשטאַרקונג אין לימוד התורה און קיום המצות.
איינער פון די מנהגים טובים אין דער מדינה איז אַ משפחה צוזאַמענקונפט, וואָס מזמן לזמן קומען זיך צוזאַמען אַלע בני המשפחה מיט זייערע בני בית.
דאָס איז זיכער אַ מנהג טוב אין אהבת אחים ואחיות, אָבער מען בעדאַרף די דאָזיקע צוזאַמענקונפטן אויסנוצן אויף דער ריכטיקער וועג און אויפטאָן וואָס
הערות
- 5. ראה זח"ג מח, רע"א. לקו"ת שה"ש כה, א ואילך. סה"מ תרכ"ט ס"ע קעא ואילך. תרל"ה ח"א ע' קצ ואילך. ה'ש"ת ע' 96 ואילך. ועוד.
- 6. ראה לקמן ע' 338. וש"נ.
עמודים המצטטים את אותם מקורות
עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.