302
דעם חב"דחסידישן עמוד האור און דעם אַלגעמיין חסידישן עמוד האש, אַז די שלש אהבות, אהבת השם, אהבת התורה ואהבת ישראל זאָלן זיין די וועגווייזער אין דרכי החיים.
אין פאנעדעל זיינען געווען אמתע חסידים.
הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק האָט אַמאָל געזאָגט — שמחת תורה תרנ"ב — אַלטע חסידים וואָס האָבין גיהאָרעוועט אין עבודת התפלה מיט אַ הכנה פאַרן דאַוונען און מיט אַ בפועל — בכן נאָכין דאַוונען האָבין געוואוסט וואָס מיינט אמת.
דער חסידות'ער ביאור וואָס מיינט די דריי אותיות פון אמת: א איז דער אָנהויב פון די אותיות, מ איז דער אמצע פון די אותיות, ת איז דער סוף פון אותיות3. דאָס מיינט אַז דער אור האמת זאָל דורכדרינגען אין אַלעס, אַז דער אָנהויב מחשבה, און דער דיבור וואָס ער איז מחבר מחשבה מיט דער מעשה בפועל, זאָלן זיין מיט אַ חיות פנימי ועצמי.
אַמעריקאַנער אידן זיינען בעלי הרגש אין אַ טובה טאָן אַ אידישע געפאַלענע ר"ל פאַמיליע אין גשמיות, אָבער דאָס רוב נאָר אַ טובה גשמיות, וועגן ענינים רוחניים איז מען מער ווי קאַלט, מען איז פאַרגליווערט פון די קעלט, און מען איז צוטומלט פון דער גרויסער שאיפה נאָך דעם הון ועושר בביתו4, אָבער דער וצדקתו לערנען און געבן צדקה איז עומדת לעד4, שטייט אויף איין אָרט.
אין דער אַלטער רוחניותגליקליכע היים האָט זיך יעטווידער איינער משתדל געווען צו זיין איידעלער, צו קענען לערנען און טאַקע לערנען.
עס זיינען דאַן אויך געווען חילוקי דרגות פון תלמידי חכמים און פשוטע אידן, אָבער דאַן איז יעדער איינער געלעגן אין דעם ווי אַ טובה צו טאָן אַ צווייטן. אהבת ישראל, טאָן אַ אידן אַ טובה, איז געווען אַ הויפּט זאַך באַ אַלע דרגות אידן, אָן אונטערשייד צווישן דעם למדן און דעם פשוטן תהלים זאָגער.
די תהלים זאָגער, איז ניט נאָר זיינען זיי געווען אמונה אידן, נאָר זיי זיינען אויך געווען בעלי מעשים טובים אידן וואָס האָבן זיך ניט בענוגנט נאָר מיט זייער תפילה בציבור און תהלים זאָגען.
יעדערער לפי ערכו האָט זיך באַמיהט צו פאַרשטיין וואָס דער רבי לערנט פאַר זיי, צי משניות אָדער מדרש, עין יעקב אָדער גאָר אַ חסידישן סיפור און אַ חסידישן ניגון.
אין דער אַלטער היים זיינען אין די בתי מדרשים געווען פאַרשידענע טישן, אַ דרום טיש, אַ צפון טיש. ביים צפון טיש פלעגן אידן לערנען אַ מאמר עין יעקב, אַ איד האָט זיך צוגעזעצט זאָגן אַ קאַפּיטל תהלים, אויף אַ צווייטן טיש האָט מען געלערנט גמרא, באַ דעם טיש זיינען שוין געזעסן לומדים און מען האָט זיך מפלפל געווען אין אַ מהרש"א און אַ מהר"ם שיף.
עס זיינען אויך געווען אידן וועלכע זיינען אַריינגעלאָפן אין שול בלויז אָפּדאַוונען. אַליין האָט ער באַלאַנגט צו אַ אַנדער שול, נאָר אַזוי ווי די דאָזיקע שול איז נאָהענט צו זיין הויז פלעגט ער זיך אַריינכאַפּן אין דער שול אָפּדאַוונען, און ווען ער האָט געוואַשען די הענט ביים כיור האָט ער שוין געהאַלטן באַ ברוך שאמר, אַרויפגעדרייט די תפילין, אָפּגע
הערות
- 3. ראה ירושלמי סנהדרין פ"א ה"א. דב"ר פ"א, י. שהש"ר פ"א, ט (א).
- 4. תהלים קיב, ג.
עמודים המצטטים את אותם מקורות
עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.