301

ליל ג' אדר תש"ט1

כ"ק אדמו"ר שליט"א שאל אחד שביקרו לרגלי ענינו הפרטי

וואָס מאַכט מען?

— ענה: מען טרייט דאָס בעסט.

ע"ז השיב כ"ק אדמו"ר שליט"א: מען דאַרף וויסן וואָס מיינט דאָס בעסט, וואָס איז בעסט.

הרב ק. — שנכנס עם הנ"ל — אמר לכ"ק שמר כ. הוא מגזע חב"ד מסביבות עיר פאנעדעל.

כ"ק אדמו"ר שליט"א: פריער מוז מען געדענקען די היימישחסידישע מנהגים, ווי מען האָט זיך געפירט אין דער טאַטעמאַמע'ס הויז, אין חדר באַ די חסידישע מלמדים, און אין די חסידישע מנינים און בתי מדרשים.

עס איז זיכער אַז יעדע עראינערונג, וואָס אַ חסידישער מחונך דערציילט זיין פאַמיליע און באַקאַנטע, וועגן די איבערלעבונגען אין טאַטעמאַמע'ס היים אין חדר און בית המדרש, וועגן די יומא דפגרא'ס מיט די חסידישע סיפורים שמועסן און ניגונים, איז אַ דערפרישונג פאַרן זכרון און אַ זכות פאַר די עלטערן און די מלמדים וועלכע האָבן דערצויגן זייערע קינדער2 אין דרכי התורה והחסידות, און נוסף אויף די אַלע מעלות שטאַרקן די זכרונות די וואַרעמקייט פון

הערות

  1. 1. נדפס מהעתק המזכירות מוגה בכי"ק רבינו.
  2. 2. במהדו"ק מהשיחה בכי"ק רבינו: און תלמידים.

עמודים המצטטים את אותם מקורות

עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.