301

זעט אַלע די הייליגע געטליכע השגחה פרטית, היינט.

מיט פופציג יאָר שפּעטער האָבן מיר זיך דאָ צונויפגעקליבן, אידן פון פאַרשידענע ערטער, אַלס אַזעלכע וואָס זיינען מחזיק די ישיבה אין וועלכער אמי זקנתי הרבנית הצדקנית מרת רבקה האָט מיט פופציג יאָר צוריק געגעבן צו עסן די ערשטע תלמידים פון דער ישיבה. און היינט איז איר — הרבנית הצדקנית מרת רבקה — יאָרצייט. זעט מען דאָך אין דעם ממש השגחה פרטית.

* * *

די וואָס ווייסן די מאמרי חז"ל וואָס בעשרייבן דעם שכר הנשמות אין גן עדן פאַר די מעשים טובים וואָס מען טוט אויף דער וועלט, און האָבן אַ פאָרשטעלונגסחוש, קענען זיי זיך, מער אָדער ווייניגער, פאָרשטעלן וואָס עס קומט פאַר היינט אין גן עדן, אין דעם יאָרצייטטאָג פון דער הייליגער נשמה וואָס זי האָט מיט פופציג יאָר צוריק מעגליך געמאַכט די גרינדונג פון דער ישיבה תומכי-תמימים אין ליובאַוויטש.

אַלע נשמות הקדושות פון די הייליגע רביים און צדיקים וואָס זיינען אין גן עדן זיינען ממליץ טוב און בעטן רחמי שמים פאַר די אַלע וואָס זיינען מחזיק און זיינען זיך מתעסק אין דער החזקת הישיבה תומכי-תמימים, פאַר זיי און פאַר זייערע בני בית, הצלחה ואריכות ימים.

השם יתברך זאָל געבן אַז דער זכות פון די רביים וצדיקים זאָל מגין זיין אויף די אַלע אידן, הם ובני ביתם, און אויך אויף דער ישיבה, זיי זאָלן אַלע וואַקסן בהצלחה: די ישיבה אין תורה און אויך אין גשמיות, די בעלי בתים אין גשמיות און אויך אין תורה.

עמודים המצטטים את אותם מקורות

עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.