300
איך מיין בכלל אַז אַלע אידן דאַרפן אַזוי פיהלן.
* * *
איצטער האָבן מיר דעם פאַרגעניגן צו טרעפן זיך מיט די טייערע אורחים בעלי צדקה וחסד וואָס טוען מיט איבערגעגעבענקייט פאַר החזקת התורה בכלל און פאַר החזקה פון די — ברוך השם — פאַרצווייגטע ישיבת תומכי תמימים ליובאַוויטש בפרט.
געלויבט השם יתברך מען טוט פיעל, אָבער ניט וויפיעל מען דאַרף און וויפיעל מען קען טאָן.
מען קען טאָן אַ סאַך מער, ווי למשל אַ גרויסע משא איז אַ סאַך מענטשן קענען זי זייער לייכט אויפהויבען8.
באמת איז, אַז אין דערויף ליגט טאַקע די נאַרעריי און די פחד וואָס מען נאַרט זיך אָפּ און מען שרעקט זיך. ווען מען זאָגט אַז אויף אַ זאַך בעדאַרף מען האָבן הונדערט טויזנט אָדער אַ פערטל מיליאָן דאָללאר, ווערט מען דערשראָקן און מען נאַרט זיך אָפּ אַז מען קען דאָס ניט, אָבער באמת קען מען גאָר אַ סאַך אויפטאָן.
* * *
מיר האָבן זיך צופיעל צורעט וועגן געלט, מיר וועלן יעצט ריידן צום פּאָינט, כלשון אַמעריקא.
איינע פון די זאַכען וואָס מורנו הבעש"ט נ"ע האָט אויפגעטאָן איז אהבת ישראל, ליב האָבן אַ איד, ניט נאָר אַ גאון וצדיק, אַ חד בדרא, נאָר אַ איד אַלס אַ איד9.
דער בעש"ט האָט אונז אויך געלערנט10 צו קוקן זיך צו דער השגחה פרטית וואָס איז דאָ אין אַלע זאַכן, אפילו אין דאָס וואָס מענטשן רופן קלייניקייטן, אַ שטרויעלע אפילו, וואָס ליגט אין גאַס און עס קומט אַ ווינט און טראָגט זי איבער פון איין אָרט אויפן צווייטן איז דאָס צוליב אַ כוונה פון השגחה פרטית, וואָס אַזוי איז אין אַלע בעשעפענישן פון דומם צומח חי מדבר ובפרט באַ אידן ובפרטי פרטיות באַ שומרי תורה ומצות ומחזיקי תורה — איז דאָך אַ ודאי און אַ ודאי אַלעס בהשגחה פרטית.
* * *
יעצט פיעל איך בעשיינפערליך אַ השגחה פרטית. עס איז געוואָרען פופציג יאָר זינד די ישיבה תומכי-תמימים איז געגרינדעט געוואָרן אין ליובאַוויטש.
ליובאַוויטש איז אַ קליין שטעטעלע מיט אַ סאַך קבצנים וועלכע האָבן געהאַט קוים ברויט מיט זויער מילך. דער וואָס האָט געקענט קויפן אויף שבת אַ קעלבערנע פיסל איז געווען פאַררעכנט פאַר אַ שיינעם בעל הבית.
ווען דער טאַטע נ"ע האָט געמאַכט די ישיבה תומכי תמימים האָט ער דאַן ניט געוואָלט נעמען קיין געלט באַ דער וועלט, בכדי מען זאָל אים קיין דעות ניט זאָגן אין דער הנהלת הישיבה, איז געווען שווער צו אָרגאַניזירן די ישיבה. האָט אים זיין מוטער — אמי זקנתי הרבנית רבקה נ"ע2 — געזאָגט: וואָס ביסטו זיך מצטער, וואָס מיר וועלן עסן וועלן זיי אויך עסן.
און אַזוי איז געווען. די וואָס זיינען צוגענומען געוואָרן אין דער ישיבה, האָט זיי זיין מוטער, הרבנית הצדקנית, מרת רבקה, געשפּייזט.
הערות
- 8. ראה סוטה לד, א.
- 9. ראה לעיל ע' 40. וש"נ.
- 10. ראה לעיל ע' 19. וש"נ.
- 2. ראה אודותה לעיל ע' 14. וש"נ.
עמודים המצטטים את אותם מקורות
מקורות הגמרא שבעמוד זה נפוצים מדי או ייחודיים לו, ולכן אין לו עמודים מקושרים.