299

אָט דאָס וואָס דאָ איז אַרויס געזאָגט געוואָרן אין אַלגעמיינע קורצע הויפּטשטריכן קען מען זיך אַליין מער אָדער ווייניגער דערקלערן מיטן ביישפּיל פון נגינה.

אין נגינה זיינען פאַראַן פאַרשידענע טיילן, די ווערטער און דער געזאַנג פאַר זיך אַליין, כמאמר החכם6 הלשון קולמוס המוח והשכל, הקול קולמוס הלב וההרגש — די שפּראַך איז די פען פון דעם מוח, וואָס בעשרייבט דעם שכל, די שטימע איז די פען פון דער האַרץ און געפיהל.

בכללות הייסט דאָס, אַז ווערטער און שטימע זיינען דאָס די וואָס פאַרעפנטליכן דעם געפיהל און דעם פאַרשטאַנד פון פנימיות הנפש.

אין טאָגטעגליכן לעבן זעהען מיר אַז דער וואָס פאַרטיידיגט זיך אָדער דעם צווייטן, איז ווען עס קומט צו דעם הויפּט פאַרטיידיגונגס מאָטיוו ווערט זיין אויסזעהן ערנסט און זיין שטימע שטרענג, מיט איין אויסגעשריי.

אין נגינה זעהען מיר, אַז איינער פיהלט די נגינה אַזוי און דער צווייטער אַנדערש, דאָס איז אָבער אַלץ באַ די וואָס הערן די נגינה, באַ דעם מנגן גופא אָבער — איז דאָך דער געפיהל איינער.

דאָס זעלבע איז ווען מען הערט אַ שכל, איז איינער פאַרשטייט אַזוי און דער צווייטער אַנדערש, דאָס איז אָבער אַלץ באַ די וואָס הערן די נגינה, באַ דעם מנגן גופא אָבער — איז דאָך דער געפיהל איינער.

נאָך אַ זאַך איז פאַראַן אין נגינה, עס טרעפט אַז עס זינגט זיך, און עס טרעפט אַז מען מוז זינגען, עס זינגט זיך גאָר ניט נאָר מען זינגט ווייל מען מוז זינגען. בכלל איז נגינה לפי מהלך הנפש, אָבער עס איז פאַראַן וואָס מען זינגט ווייל מען מוז זינגען, דאָס הייסט מען איז זיך מגביר אויף די געפיהלען. איז הגם אַ קינסטלער מנגן קען בעהאַלטן זיינע געפיהלן אָבער ער אַליין פיהלט אַז דאָס איז מער ניט ווי אַ הוראת שעה.

* * *

איך זאָג דאָס קעגן דעם אַז מיר אַלע אידן וואָס לעבן אין דער לאַנד און אין די אַנדערע פרייע לענדער, וואו עס הערשט דער יושר פון מענטשן רעכט און אמונה רעכט, אַזוי ווי אין דער דאָזיקער לאַנד7, זיינען מיר אידן מער ווייניגער איינגעאָרדנט און עס זיינען — ברוך השם — ניטאָ קיין שטערונגען אויף לימוד תורה וקיום המצות.

מיר אַלע אידן, וואָס בחסד השי"ת לעבן אין אַמעריקא און אין אַלע פרייע לענדער, בעדאַרפן תמיד געדיינקען און באַ יעדער פאַמיליען אָדער חברה פאַרזאַמלונג טאָן אַלעס מעגליכע צו ברענגען טרייסט און הילף צו דעם קערפּערליכן און גייסטיקן לעבן פון די פיעלע טויזענטער צובראָכענע אידן במדינות שונות וואָס זיינען נאָך ניט צוגעקומען צום ברעג. איז במילא זינגט זיך ניט. איך מיין ניט צו זאָגן דוקא איך, וואָס איך פיהל די אמת'ע אהבת ישראל,

הערות

  1. 6. ראה — באו"א — חובת הלבבות שער הבחינה פ"ה. בחיי הקדמה לפ' בהר. מאירי אבות פ"ה מכ"א.
  2. 7. במהדו"ק של השיחה: וואו דער הויפט פון דער רעגירונג איז פּרעזידענט טרומאַן[ednref_31_*], אַ מאמין אין דער געטליכער פירונג און שטרעבט צום וואוילזיין מענטשען אָן אונטערשייד פון גלויבן און קאָליר. [edn_31_*] נשיא ארצותהברית 19531945.

עמודים המצטטים את אותם מקורות

עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.