ספרי כ"ק אדמו"ר מוהריי"צ נ"עספר השיחותתש"ו-ה'שי"תספר השיחות - תש"טאור ליום ד' יו"ד שבט תש"ט298

298

אור ליום ד' יו"ד שבט תש"ט1

— יום היאָרצייט של הרבנית הצדקנית מרת רבקה נ"ע2 —

בעת ביקורם של המתעסקים בהחזקת ישיבות "תומכי תמימים ליובאַוויטש"

לקבל ברכתו הקדושה של כ"ק אדמו"ר שליט"א

אהבת ישראל, ליעב האָבן אַ אידן, איז אַ מצוה מן התורה, גלייך ווי אהבת השם יתברך און אהבת התורה.

די דריי נאהבים השם יתברך, תורה און אידן, זיינען גלייך אין דעם אופן ווי זיי דאַרפן געליעבט ווערן.

אהבת התורה ליעב האָבן תורה, איז אין דעם ניט פאַראַן קיין אונטערשייד צווישען ליעבשאַפט צו חומש בראשית אָדער חומש שמות צי ויקרא במדבר ודברים, אָדער נביאים וכתובים. דאָס זעלבע איז אויך וועגן משניות, גמרא בבלי אָדער ירושלמי מדרשים און זהר.

די חז"ל זאָגן3 אויף דעם פסוק (משלי ה'4) אורח חיים פן תפלס וגו' אל תהי יושב ושוקל מצותיה של תורה. כולם מרועה אחד נתנו ואל אחד אמרם5. און דערום זיינען אַלע תורהווערטער און דערקלערונגען באַ אַלע אידן גלייך מצד דעם נשמהגעפיהל.

אין וואָס עס קען יע זיין, און עס איז טאַקע פאַראַן, אַ אונטערשייד באַ אידן, איז אין דעם שכל, אין דעם פאַרשטאַנד פון תורה, אין די דערקלערונגען אין די פרטי עניני המצות וואָס זיי בעדייטען, איינער פאַרשטייט מער, דער צווייטער ווייניגער. דאָס איז אָבער נאָר אין דעם פאַרשטאַנד פון תורה ומצות, אָבער מצד דעם נשמהגעפיהל זיינען אַלע אידן, פאַרשטייער און ניט פאַרשטייער גלייך.

די דערקלערונג פון דעם איז:

שכל קען זיך איבערגעבן אין ווערטער, געפיהל קען זיך ניט איבערגעבן אין ווערטער.

* * *

תורה איז שכל אלקי, געטלעכער שכל. תורה דערקלערט דעם געטלעכען שכל מיט אַזעלכע קלאָר דייטלעכע ביישפילן פון טאָגטעגליכן לעבן וואָס דורכשניטליכע מענטשן פיהלן און איבערלעבן.

אַזעלכע משלים און ביישפילן זיינען פון די גרעסטע ווערטפול און ווינטשונגסווירדיקע זאַכן אין תורה וחכמה פאַרשטאַנדן דאָס זיינען די ריכטיגע מיטלען ווי צו בריינגען די תורה ומצות פאַרשטאַנדן צו די ברייטע שיכטן פון עם ישראל, ה' עליהם יחיו5.

יע, ריכטיג אַז עס איז פאַראַן אַ אונטערשייד פון הרגש — געפיהל — און השכלה — פאַרשטאַנד — וואָס באמת זיינען זיי צוויי בעזונדערע בעגריפן.

אָבער להיות אַז לימוד התורה איז אַ מצוה מן התורה, וואָס דער בעגריף פון דער מצוה איז ידיעת התורה, צו פאַרשטיין מיט שכל דורך געוויסע דערקלערונגען און ביישפילן, זיינען די משלים ביישפילן און די שכלדערקלערונגען אַ וויכטיקער טייל פון תורה ומצות.

* * *

הערות

  1. 1. נדפס בלקו"ד ח"ג תקי, א.
  2. 2. ראה אודותה לעיל ע' 14. וש"נ.
  3. 3. דב"ר פ"ו, ב. תנחומא עקב ב. ועוד.
  4. 4. פסוק ו.
  5. 5. ראה חגיגה ג, ב. במדב"ר פי"ג, טוטז. ועוד.
  6. 5. לשון הכתוב — ישעי' לח, טז.

עמודים המצטטים את אותם מקורות

מקורות הגמרא שבעמוד זה נפוצים מדי או ייחודיים לו, ולכן אין לו עמודים מקושרים.