297

הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק האָט מבאר געווען באריכות אין יענעם פאַרבריינגען אָט די ענינים, וואָס דאַן האָב איך דאָס ניט געקענט באנעמען, און אויך החסיד ר' חנוך הענדיל11 האָט דאָס מיר ניט געקענט מאַכן צו פאַרשטיין, ערשט שפּעטער מיט יאָרן האָב איך זוכה געווען צו הערן ביאורים מפורטים באריכות ההסבר.

אָט דאָס איז דער רכוש גדול וואָס דער חב"דחסידישער מחונך זאַפּט אין זיך אַריין אין דעם חינוך זמן באַ די חב"ד חסידישע מלמדים און חסידישע טאַטע מאַמע אין דער אַלטער קליינשטעטילדיקער מאָראַליש גליקליכער היים.

* * *

הוד כ"ק אאזמו"ר הרה"ק צמח צדק זצוקללה"ה נבג"ם זי"ע וואָס האָט נאָך בנערותו געלייגט אַ שטאַרקע יגיעה צו זאַמלען די תורות פון מורינו הבעש"ט וואָס געוויסע זקנים האָבן אַליין געהערט פון מורנו הבעש"ט און מורנו הרב המגיד ממעזריטש, האָט אויפגעזוכט אייניגע זקנים וואָס האָבן דערציילט אַ סך ענינים וואָס זיי האָבן געדענקט פון דער צייט וואָס הוד כ"ק רבינו הזקן איז אָנגעקומען צו זיין שווער אין וויטעבסק אויף קעסט. און פון די זקנים האָט ער געהערט אַז רבינו הזקן האָט דאַן מקבל געווען אַ תורה מכ"ק דודו הנסתר הגאון הצדיק הר"ר יוסף יצחק וואָס ער וגיסו הצדיק הנסתר הר"ר ברוך האָבן געהערט ממורנו הבעש"ט בתחלת התגלותו.

עיקר החסידות איז תיקון המדות און מייקר זיין אַ פשוט'ן אידן, וואָס די עבודות זיינען די עליהטרעפּ אין דעם דרך החיים, און צו גיין אויף טרעפּ בעדאַרף מען האָבן אַ סיוע פון אַ עלטערן און דאַן איז דאָס אַ הילוך מסודר.

* * *

והנה עוד רעה חולי ישנה אצל צעירי אנ"ש שמסדרים עניני עבודתם ולימודם בעצמם, וכמובן שרובם טועים בדרכי העבודה, וכאשר בהזדמנות טובה מפקחים עיניהם על איזה מהנהגותיהם שצריכים לתקן אזי נופל רוחם בקרבם ומקבלים עליהם כמה ענינים של סיגופים ועינוי הגוף.

כי באמת המה חפצים להיות טוב, זיין ווי מען בעדאַרף זיין, ע"פ הנהגת החסידים, אלא שטעו בזה וכשנודע להם טעותם הם מצטערים במאד, עס דערנעמט זיי, וכנ"ל אשר הנה"ב לויערט אַריינצוכאַפן דעם מענטשן ולבלבל את דעתו, וואָס דורך דעם דערלאָזט ער ניט זיין תיקון, אשר ע"כ צריכים להתחזק בכל מיני חיזוק אויף חלילה ניט אַריינצופאַלן אין זיין מצודה; ומי שנותן לבו ודעתו על זה איז מן השמים מרחמים עליו, וממציאים לו כל הענינים הדרושים להתפתחות דרכי עבודתו לעלות בשליבות סולם עבודת הקודש בהצלחה אמיתית.

הערות

  1. 11. ראה אודותו לעיל ע' 17. וש"נ].

עמודים המצטטים את אותם מקורות

עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.