295
וואָס דיבור איז הגבלה, עס איז פאַראַן אַ אָרט אין שכל צו דערקלערן פאַרוואָס איז אין דיבור פאַראַן מער געשמאַק ווי אין מחשבה, אין מחשבה איז מער דער געפיהל און אין דיבור איז מער דער געשמאַק, אָבער דער חסרון אין דיבור איז וואָס דיבור איז מגביל אין דער הגבלה פון ווערטער.
* * *
באַ חסידי חב"ד בכלל, און באַ תלמידי התמימים און בעלי עבודה בחסידי חב"ד בפרט איז אַ חסידישער פאַרבריינגען אַ יסוד פנימי.
* * *
אין מיינע חינוך יאָרן האָב איך געזעהען די ריכטיקע בני ונכדי החסידים וועלכע זיינען געווען גליקליך צופרידן, ווען די עלטערע חסידים האָבן זיך מיט זיי אינטרעסירט.
די מחונכים האָבן זיך געפיהלט גוט, און מאנכעס מאָל גליקליך, מיטן קירוב פנימי פון אַ עלטערן חסיד.
אָן אונטערשייד, צי אַ קירוב וואָרט פון אַ עלטערן חסיד אָדער אַ ירגזון וואָרט, האָט באַ דעם חסידישן מחונך אַרויסגערופן אַ גרויסע צופרידנקייט, וויסנדיק, אַז דורך דעם ווערט ער מער און מער מוכשר צו ווערן אַ כלי צו מקבל זיין דעם חב"דחסידישן חינוך אין אַ פנימיות.
יעדער סיפור האָט אַרויסגערופן באַ די מחונכים אַ בעזונדער בעגייסטערונג, עס האָט געווירקט אויף זייער לימוד און הנהגה כשרונות.
אין אַזאַ חינוךהנהגה איז דער חסידישער אינגל געוואַקסן אין זיינע פריהעסטע קינדער יאָרן און איז געגאַנגען מדרגא לדרגא, געוואָרן אַ אב משפחה און מקים געווען אַ חב"דחסידישע משפחה.
* * *
יעדער חב"דחסידישער טאַטע אָדער זיידע האָט געלייגט דעם גרעסטן אַכט אויף דעם חינוך פון זייערע יונג פאַרהיירעטע קינדער אַז זיי זאָלן היטן די מנהגי חסידי חב"ד ווי זיי און זייערע עלטערן.
אין מיינע קינדער יאָרן האָב איך געהערט פון זקני החסידים וואָס זיי האָבן געהערט נאָך אין זייערע קינדער יאָרן באַ זייערע מלמדים, אַז די עלטערע חסידים זיינען די מילדות החסידים וואָס זיינען מגדל זייערע מחונכים אָט אַזוי ווי מען האָט זיי אַליין מגדל געווען.
אַ עלטערער חסיד האָט געהאַט אַ חוב קדוש צו ליגן בטובת החינוך פון אַ יונגערמאַן, צו מגדל ומחנך זיין אים בדרכי החסידות; הן אין ידיעה והשגה אַז מען זאָל שטייגן אין אַ עלי' מן הקל אל הכבד, און הן אין עניני עבודה בתיקון המדות אַז מען זאָל גיין בסדר מסודר.
אַ חב"דחסידישער5 מחנך האָט קודם כל, געלייגט כל כחו, אויף דעם מחונך אויף דעם כיבוד — אויסקערן — הרפש הטיט ואבק היבש — טרוקענער — דערנאָך אויף צו וואַשן מיט הייסע וואַסער און סקראָבען מיט אַ מעסער אַרויסצונעמען דעם בלוע, די טיף איינגעוואַקסענע הנהגות וואָס קומט פון דער ביטער פינסטערער איינגעבאַקענער צרעת ממארת וואָס רופט זיך "איך".
* * *
זקני החסידים, בעלי עבודה בעבודת החינוך, וואָס האָבן נאָך זוכה געווען צו
הערות
- 5. אַ חב"דחסידישער: הדיוק בזה מבואר בשיחת פסח תרצ"ד אות ככב.
עמודים המצטטים את אותם מקורות
עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.