294
והמנהלים געהערן צו חסידים בכלל, און באופן פרטי, צי חסידי חב"ד צי חסידי חג"ת — פולין גאַליציא וכו', אָדער די מייסדים ומנהלים זיינען עולמשע, ווערן די תלמידים מושפעים פון דעם סגנון המנהלים, יעדער לפי תכונת נפשו.
אין אָט דעם זמן, ווען מען איז אַ תלמיד, איז על דרך הרגיל קומט מען פנים בפנים מיטן נה"ב וואָס איז משפיע אויפן שכל און מיטן יצה"ר וואָס איז משפיע אויפן האַרצן.
ביידע — היצה"ר והנה"ב — לייגן זייערע גרעסטע פייהיקייטן אויף אַריינצונעמען דעם תלמיד אין אַן אייזערנעם קלעם, באופן אַז עס ווערט אים אומעגליך צו באַפרייען זיך, וממציא כמה וכמה דרכים באופנים שונים ומשונים, לפי טבע התלמיד, אם הוא בעל מרה שחורה וואָס נעמט יעדער זאַך אין שוואַרצע פאַרבן. לא מיבעי דעם עתיד, נאָר אויך אין דעם הוה איז באַ אים שטאַרק דעם הרגש אין דעם וואָס אים פעלט, און ניט אין דעם וואָס ער האָט יע רוכש געווען. ואם הוא בעל מרה לבנה, וואָס זעט יעדער זאַך אין ליכטיקווייסע פאַרבן איז די עובדא פון יצה"ר צו ווייזן דעם הוה בכלל און דעם עתיד בפרט אין ווייסעגליקליכע פאַרבן.
און דאָס אַלץ, סיי דעם וועמען דער יצה"ר הויבט, און סיי דעם וועמען ער איז משפיל, איז מיט דער כוונה בכדי לדחותו ח"ו מדרך האמיתי בדרכי העבודה, לדחותו ח"ו מלהיות כפי הכוונה האמיתית העליונה וואָס איז דאָך אַז דער אדם זאָל צוקומען צום ריכטיקן תכלית פון ירידת הנשמה למטה בכדי צו מאַכן אַז דער מטה הגשמי זאָל ניט נאָר נזדכך ווערן, נאָר זאָל אויספירן כוונתו ית' אין עליית העולמות בעילוי אחר עילוי.
* * *
עוד זאת צריכים לדעת אשר גם תלמיד מצליח בלימוד ובהנהגה טובה צריך שימוש הרבה עד שיהי' ראוי להיות מחנך ומדריך, כפתגם הידוע בין אנ"ש מימי קדם: אַ אַלטער חסיד איז מער ברדעת ווי אַ יונגערמאַן אַ משכיל ועובד.
* * *
כבד לצייר ולפרט את סיבת הטעותים המונעים את צעירי התמימים והאברכים להתבונן בארחות חיי הבעלי ציור ובעלי עבודה הזקנים אשר ת"ל זכו לראות את פני קדה"ק הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק זצוקללה"ה נבג"ם זי"ע וזכו לשמוע מאמרי דא"ח ושיחות הקודש, ומהם גם שזכו להיות ביחידות ונתברכו בהצלחה בעבודה מסודרת, כל אחד לפי מהותו בכחות נפשו ולפי אופן עבודתו במילוי סדרי ההנהגה בלימוד ועבודת התפלה, אבל בכל אופן הנה הי' להם במה להתעסק, וההתעסקות היתה על יסוד מיעוך ומילול הישות ומהות מעלת עצמו והכרת מעלת הזולת בכלל, והיוקר פון אַ עלטערן חסיד בכלל.
* * *
בכלל איז דער ירד ירדנו פון עדת החסידים בכלל און פון תלמידי התמימים בפרט טוט זייער וויי. און דאָס איז שווער אַרויסצוגעבן בדיבור. דער לבוש הדיבור האָט אַ מעלה און אַ חסרון. מעלת הדיבור איז וואָס ער איז מגלה, עס דערקלערט אין אותיות הדיבור, דערפאַר זעהען מיר במוחש אַז אפילו לעצמו ווען מען לערנט אַ ענין עמוק, וואָס עס קומט אָן זייער שווער לעמוד על עמקי הסברות בכלל ובפרט, פיהלען דעם טוב טעם שכלי וואָס אין די סברות און פיהלען דעם חילוק פון איין סברא שכלית ביז דער צווייטער, מוז אַלץ זיין דורך דיבור. דער חסרון פון דיבור איז
עמודים המצטטים את אותם מקורות
עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.