293
שיחה1
זאָגן אַ שיעור קבוע תהלים בהתעוררות בכי איז זייער נויטיק פאַר יעדער אידן בכלל, און בפרט פאַר דעם וואָס איז יודע מצבו הפרטי און עס דערנעמט די האַרץ, איז אַ קאַפּיטל תהלים מיט אינערליכע תמימותטרערן אַ געוויסע רפואה. וכמאמר דמעות מכבסות2, וכמבואר בדרך החיים בסדרי הבעל תשובה.
חז"ל אומרים3 גדולה תשובה שמביאה רפואה לעולם. דער עולם הזה החומרי איז אַ חולה און אַ חולה דאַרף נעמען סמי רפואה.
אין נעמען אַ רפואה4 איז פאַראַן אַ געוויסער סדר וויפיעל צו נעמען און ווען צו נעמען. דער זמן און די כמות מוזן שטאַרק אָפּגעהיט ווערן און דאַן העלפט די רפואה.
אַלע ווייסן אַז אַ רפואה נעמט מען טראָפּענסווייז, ניט גלעזערווייז. דער וואָס טרינקט אַ רפואה גלעזערווייז איז דאָס אַ סימן אויף דער גרויסער חולאת, וענינו ברוחניות הוא אַז מען מוז וויסן אַז דער נה"ב האָט אַ יד אין דעם.
* * *
אין משך פון די איבער הונדערט און פינף און זיבעציק יאָר, תקל"ב — תש"ח, פון דער אמת גליקליכער צייט, זינט הוד כ"ק רבינו הזקן האָט בחסדו ית' מייסד געווען דעם דרך הקודש פון חסידות חב"ד, האָט מען אָנגעצייכנט די אופני הדרכה והנהגה ווי אַזוי מען בעדאַרף און מען קען שטייגן אויף דעם סולם חסידות חב"ד.
דער סולם חסידות חב"ד האָט פיעל טרעפּ.
דער באָדן אויף וועלכן דער חב"ד סולם שטייט איז די חב"ד חסידישע היים. באַ די חסידישע טאַטע מאַמעס, וואָס באַ יעדער געלעגענהייט האָבן זיי דערציילט זייערע קינדער וואָס זיי האָבן געזעהען און געהערט אין זייערע עלטערנס היימען.
דאן קומען די חדרים טרעפּ, וואָס דער חב"דחסידישער מחונך שטייגט משליבה לשליבה אין די חדרים וישיבות, און אין אָט דעם חינוך זמן הויבט זיך אָן דער זמן וואָס דער אור פון לימוד התורה און דער חושך פון גאוה וישות זיינען משמשים בערבוביא און כל תלמיד ותלמיד ווערט מושפע פון דעם אופן הנהגת הישיבות, צי די מיסדי הישיבה
הערות
- 1. נדפס בלקו"ד ח"ג תקב, ב ואילך. מועתק בזה לשון ה"פתח דבר" שם (תקא, ב): אין דער פאָרליגענדער חוברת ווערט געדרוקט די שיחה פון כ"ק מו"ח אדמו"ר שליט"א, וועלכע ער האָט אַרויסגעגעבען צו יום ההלולא של כ"ק אדמו"ר הזקן — כד טבת, ווי עס ווערט ערקלערט אין זיין בריף, פון יב כסלו תש"ט[ednref_30_*]. . ווי אין אַנדערע אויסגאַבען פון "אוצר החסידים" זיינען אויך דאָ צוגעגעבען געוואָרען אייניגע מראי מקומות און באַמערקונגען מהמו"ל. מנחם שניאורסאהן טו"ב טבת ה'תש"ט, ברוקלין נ. י.
- 2. דמעות מכבסות: ראה זח"ג עה, ב. ראשית חכמה שער התשובה פ"ה.
- 3. [יומא פו, א].
- 4. אין נעמען אַ רפואה: להעיר ג"כ מהרשימה בסוף קונטרס חי אלול תש"ח (ע' 20 [לעיל ע' 264] ואילך). [edn_30_*] נדפס בלקו"ד שם תקב, א. אגרות-קודש ח"י ע' לח. בסיום המכתב שם: "ולהיות כי הרבה ממחונכי התמימים טועים באופני ועניני עבודה, הנני מעריך שיחה מיוחדת בזה, ויבוא אי"ה בדפוס לכ"ד טבת".
עמודים המצטטים את אותם מקורות
מקורות הגמרא שבעמוד זה נפוצים מדי או ייחודיים לו, ולכן אין לו עמודים מקושרים.