292
לבבכם25 דאָס פעלט ביי אַלע, ביי חב"ד, ביי חג"ת. דעם קלוגינקען דאַרף מען אינגאַנצען מדחה זיין. אפילו דעם נפש הבהמית, ער איז דאָך אַ בעל מוחין, דאַרף מען מברר זיין.
יב. עס איז ידוע אַז ביי אַ שמחה פון אַ צדיק, קומען אַלע נשמות אין זיין היכל זיך משמח זיין. מ'האָט געהערט אין דעם ענינים, אָבער ניט אַלעס קען מען איבערגעבען, ווייל מען איז מוכה אין חיצוניות.
יג. דער אויבערשטער זאָל העלפען מזאָל דערהערען די כוונה פנימיות פון חסידות.
יד. מיר זיינען שוין אויסגעמושטירט ניט צו מאַכען קיין פּאַראַדקעס, אָבער מ'קען זיך ניט פרייען מיט פאַלשע ישועות און טרייסטען מיט פאַלשע נחמות. מען דאַרף זיך ציען צום אמת.
מען דאַרף קיין זאַך ניט מבטל זיין, און מ'טאָר ח"ו קיינעם ניט מדחה זיין.
מדאַרף ניט זיין אַראָפּגעפאַלען. דער אויבערשטער זאָל העלפען עס זאָל נתגלה ווערען דער גילוי חיות פנימי פון משיח, ער זאָל אונז פירען צום אמת בגו"ר.
טו. דער אויבערשטער זאָל העלפען, יעדערער זאָל האָבען נחת פון זיך, נחת פון קינדער, פון כלל ישראל, יעדער איינער און זיינע בני בית — בגשמיות וברוחניות. יעמאָלט וועט דער אויבערשטער זעהן וואָס אידען קענען אויפטאָן.
טז. (מרוב הדוחק והצפיפות דחפו את השולחן אשר ישב אצלו כ"ק אדמו"ר שליט"א, ואמר אחד: שטופּט ניט דעם טיש. ואמר כ"ק אדמו"ר שליט"א:) אידען מאַכען מיר ניט ענג. איך האָב זיך אויסגעהאָדעוועט אויף אידישע און חסיד'ישע שווייס.
טו"ב. (צוה לנגן אַ הקדמה ניגון צום רבינס ניגון, ואח"כ את הניגון דד' בבות26, ובמתינות, והבבא הד' ג' פעמים, ובין פעם לפעם לעשות הפסקה. אח"כ צוה לנגן את הניגון ניע זשוריטצע חלאָפצי27. כשסיימו לנגן אמר28:) זייט אַלע געזונד, אַ גוטען יום טוב.
הערות
עמודים המצטטים את אותם מקורות
עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.