291
התנצלות פאַר זיינע תלמידים פאַר דעם שינוי הדרך.
כידוע אַז יעמולט זיינען די בני תורה געוועזען מובדל פון אנשים פשוטים, מ'האָט געהאַט אַ אייגען מנין, און מ'האָט זיי ניט צוגעלאָזט צום עמוד אפילו ביי אַ יא"צ15. קומענדיק אָבער פון מעזריטש האָט דער רבי משנה געווען דעם דרך16.
די תלמידים פון אַלטען רבין האָט מען ניט געקענט אָפּקומען מיט זיי מיט פשט'לאַך. זיי האָבען געוואוסט, חב"ד איז חב"ד, חג"ת איז חג"ת.
האָט דער רבי זיי געזאָגט אַ תורה פון מגיד בשם הבעש"ט:
קל וחומר וגזירה שווה17. קל וחומר מיינט אַז אַ דבר קל זאָל זיין חמור. גזירה שווה — אַ גלייכער שניט. דאָס קען נאָר זיין אלא אם כן קבלה מרבו ורבו מרבו הלכה למשה מסיני18.
הלכה למשה מסיני, משה האָט ניט געוואָלט אַוועקגיין פון סיני אין וועלט. הגם משה האָט זיך געקענט ספראַווען מיט זיין גוף, אָבער ער האָט ניט געוואָלט אַוועקגיין מסיני. משה איז חכמה. חכמה דאצילות בעלייתה אל הכתר, וויל זי ניט זיין די ערשטע ספירה, אָבער מצד פנימיות החכמה ווען זי איז עולה אין פנימיות הכתר דערהערט מען די כוונה פנימיות אַז דער עיקר איז דאָ למטה. —
דאָס איז הלכה למשה מסיני, הלכה לשון מוליך19, ער האָט מוליך געווען משה'ן ער זאָל וועלען אַוועקגיין מסיני למטה. ביז ולא ידע איש את קבורתו20, וואו משה האָט באַהאַלטען זיין גוף, אַז ער האָט עולה געווען אין פנימיות החכמה21.
י. לא מיבעי אַז עס דאַרף זיין מדות טובות, מדות חסידות — אטו בשופטני עסקינן; נאָר עס דאַרף זיין אהבת ישראל, אהבת התורה און אהבת השם, וואָס די דריי זיינען געשלאָסען צוזאַמען איינע אין איינע.
עס איז פאַראַן אַ סדר פון מלמעלה למטה און פון מלמטה למעלה: אַז מען האָט האָלט אַ אידען האָט מען האָלט תורה, און אַז מען האָט האָלט תורה האָט מען אהבת השם22. אַז עס איז דאָ אהבת השם האָט ער אהבת התורה, און אַז ער האָט אהבת התורה האָט ער אהבת ישראל23.
דאָס דאַרף זיין ביי יעדען לפי ערכו, און דורך דעם איז די עלי' אין עולם. עס איז דאָך מוצב ארצה, ער שטייט ניט אין דער לופטען. דער תכלית איז דאָ למטה, און וראשו מגיע השמימה24.
יא. איך ווייס ניט צי עס זיינען דאָ חילוקים פון אַ חסיד'דישען מוהל און אַ עולם'שען, אָבער דער ומלתם את ערלת
הערות
- 15. ברשימת השומעים נוסף: ווי אין ליובאַוויטש דוד גורארי', כמעשה הידוע.
- 16. ראה גם לעיל ע' 28. וש"נ.
- 17. ברייתא דרבי ישמעאל (הקדמה לתורת כהנים).
- 18. רש"י סוכה יא, ב — ד"ה לא ילפינן. וראה רש"י פסחים סו, א ד"ה וכי מאחר וד"ה הכי קאמר.
- 19. ראה ערוך ערך הלך. אוה"ת יתרו ע' תתצו.
- 20. ברכה לד, ו].
- 21. להעיר ממרז"ל (סוטה יד, א) לעליונים כו' לתחתונים כו' ונתבאר בלקו"ת במדבר ד"ה מעט תוספות ביאור על ענין וספרתם [יב, א]. סד"ה כי ישאלך בנך ש"ת [סה"מ ה'ש"ת ע' 49.
- 22. ראה לעיל ע' 149].
- 23. להעיר ממרז"ל (זח"ג עג, א) תלת דרגין אינון מתקשראן דא בדא קוב"ה אורייתא וישראל.
- 24. [ויצא כח, יב.
עמודים המצטטים את אותם מקורות
מקורות הגמרא שבעמוד זה נפוצים מדי או ייחודיים לו, ולכן אין לו עמודים מקושרים.