290

דאָ איז אַ טומאַן8. מ'ווערט פאַרטומאַנעוועט — פאַרטשאַדעט, אפילו אַ איד9 וואָס ווייס ווי מדאַרף זיין, אַז ער קומט דאָ אַהער ווערט ער פאַרטשאַדעט.

אַמאָל פלעגט מען זאָגען אַ וואָרט: אין דער הינערפּלעט, אָבער עס קלאַפּט נאָך אַ לעבעדיגער אָדער.

פאָר געזונד און קום געזונד, זאָלסט איבערגעבען וואָס האָסטו דאָרט געזען, און זאָלסט זעהן די מעלה פון יעדען אידען, און זאָלסט מצליח זיין אין פדיון שבויים.

ז. אַי, פאַר וואָס דאַווענט מען ניט.

מען מיינט אַז מען איז יוצא מיט דעם וואָס מען איז אַ חסיד. ווער רעדט נאָך אַז ער לאָזט אַ מאָהל אַ טרער, וואָס מלאך מיכאל חאַפּט אויף די טרער און ברענגט זי למעלה, אַי, אַ מציאה, אַ אידישער טרער.

ער איז דאָך אַ בן עולם הבא, וואונדערט ער זיך פאַרוואָס מלמעלה איז מען איהם ניט מגלה חידושי תורה, די וועלט זאָל וויסען פון איהם, עס וואָלט דאָך געוועזען אַ חיזוק התורה.

ער ווייסט ווער ער איז. וואָס ער איז ווייסט ער ניט, זיין דעת דערגייט ניט צו דעם, אָבער ווער ער איז ווייסט ער, ער איז שוין ביי זיך אַ פאַרטיגער, אָבער באמת האַלט ער ביי דער התחלה אויך ניט.

און דער חשבון דאַרף זיין ביי קריאת שמע שעל המטה, און אין דערפריה דאַרף ער אויפשטיין גאָר אַ אַנדערער10.

אַי, אַן אַמאָליגער חסידישער דאַוונער!

ח. אַ סאָלדאַט אַז ער גייט אין פאחאד לערנט מען אים טראָגען אַ ראניעץ, דער ראניעץ איז אַ מועט המחזיק את המרובה, פון אַלע מינים כלי זין, און אַז ער גייט, גייט ער מיט אַ מאַרש, מיט שמחה.

דער סאָלדאַט גייט דאָך אויף מסירת נפש, אָט איז ער פאַראַן און אָט ווערט ער ניט, — אָבער ער גייט מיט אַ מאַרש11.

אויב עם האַרט — האַרט עם ניט פאַר זיך, עם האַרט נאָר צוויי זאַכען: ער זאָל זיך ניט מאַטערען און געבען אַ חיזוק דעם שונא; און דער תועלת הרבים, ניט גורם זיין אַ נפילת הרוח און פחד ביי זיינע חברים.

דער ראניעץ איז דאַוונען. און עס איז ידוע דעם זיידענס מאמר12 אויף די חמשה כלי זין ווי זיי זיינען אין דאַוונען13.

ט. פון די ערשטע תורות וואָס דער רבי האָט געזאָגט פאַר זיינע תלמידים צוריקקומענדיג פון מעזריטש, וואָס עס איז בקבלה אַז דער וואָרט איז אַ פנימיותנשמה'דיג וואָרט14:

הקדמה:

ווען דער רבי איז צוריקגעקומען פון מעזריטש האָט ער בעדאַרפט האָבען אַ

הערות

  1. 8. [ראה גם שיחת ליל א' דחה"ש שנה זו (לקמן ע' 329).
  2. 9. בהנחה בלתי מוגה: אפילו אַ רוסישער איד.
  3. 10. ראה גם לעיל ע' 5.
  4. 11. ראה לעיל ע' 122. וש"נ.
  5. 12. ד"ה לא יצא האיש לא בסייף כו' תרל"ב (סה"מ תרל"ב ח"א ע' נב ואילך)].
  6. 13. ראה ג"כ ד"ה ת"ר נ"ח תרנ"ט. קובץ מכתבי כ"ק אדמו"ר נ"ע מכתב א [אגרות-קודש אדמו"ר מהורש"ב ח"א ע' כד.
  7. 14. עוד דברים שאמר או עשה כשחזר ממעזריטש — ראה לעיל ע' 23 הערה 7. וש"נ.

עמודים המצטטים את אותם מקורות

עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.