287

שיחה1

[ד' כסלו בערב, בהיכל כ"ק אדמו"ר שליט"א2]

הוד כ"ק אדמו"ר הזקן האָט מקבל גיווען מכ"ק אביו ומכ"ק דודו הר"ר יוסף יצחק כמה עניני תורה ועבודה וסדרי הנהגה של מורנו הבעש"ט בחול ובשבת קודש ובמועדי השנה.

מורנו הבעש"ט זאָגט:

יעדער איד קומט אויף דעם עולם הזה החומרי מיט אַ געוויסע שליחות פון תורה אור, תורה ליכט. און מיט אָט דער שליחות פון תורה ומצות גייט ער אום און פאָרט אַרום, הן באַ זיך אין שטאָט און הן וואוהין און באַ וואָס פאַר אַ געלעגענהייט ער פאָרט, מיט אַ שליחות פון תורה ויראת שמים און מחזק זיין מוסדות התורה.

החזקת התורה וחינוך הכשר איז דער עמוד האור וואָס בעלייכט דעם חשך פון דער גראָבער חומריות'דיקער וועלט און בריינגט צום אמת'ן תכלית צוליעב וועלכען די נשמה איז אַראָפּגעקומען אין דער חומריות'דיקער קאַלטער וועלט.

* * *

רבנים, שוחטים, ראשי ישיבות און עלטערע בני תורה שאקלען מיט די קעפּ אויף דעם מצב הלא טוב, און פאַראַן ביניהם וואָס זיינען יוצא ידי חובתם נאָר מיט אַ בעדויערקרעכץ: וואָס זאָל מען טאָן?

און מיט דעם קרעכץ מיינען זיי אַז זיי זיינען שוין יוצא ידי חובתם בדרכי עבודה.

באמת זיינען זיי גאָר די חייבים אין אָט דער געשאַפענער רוחניותקעלט.

די חברה קרעכצער אויף דעם מצב השפל פון תורה בכלל און עבודה בדרכי החסידות בפרט, בעדאַרפן קרעכצען אויף זייער אייגענעם מצב הרוחני.

די איצטיקע חסידישע בעלי עבודה האָבן פאַרגעסן דעם אמת'ן עבודה "א" (אלף) וואָס איז מקובל באַ חסידים פון קדמונים: ווייניקער געקרעכצעט און מער געטאָן.

* * *

אַז מען זאָגט יענעם דעם אמת דערהערט ער.

מען דאַרף זאָגן דעם אמת אָן אַ ווערטל, ווייל ווען מען זאָגט מיט אַ ווערטל, נעמט דאָס יענער אויך אָן ווי אַ ווערטל, אָבער ווען מען זאָגט יענעם דעם אמת ווירקט דאָס.

שאלה: דאַרף מען דאָך האַלטן ביים אמת?

מענה: אַ ודאי בעדאַרף מען האַלטן ביים אמת. נאָר דערצו מוז מען אויך וויסען אין יעדען איינצעלנען פאַל ווער עס זאָגט דאָס די תביעה, צי דער יצר טוב צי דער יצר הרע3. ער — דער יצר הרע — איז דאָך אַ ערום פון והנחש הי'

הערות

  1. 1. מרשימת אחד השומעים. נדפס עם הערה מכ"ק אדמו"ר נשיא דורנו בסה"מ תש"ט ע' 71.
  2. 2. בהעתק המזכירות: הרב ר' שלמה אהרן שי' קאַזאַרנובסקי מספר מהשתתפותו בחגיגה השנתית של ישיבת אחיתמימים ליובאַוויטש בעיר ספרינגפיעלד ואת אשר נאם מר מאָריס קאַטץ. אח"כ אמר כ"ק אדמו"ר שליט"א [ההמשך בפנים].
  3. 3. זע די שיחה פון פסח תש"ג אות למ"ד [ספר השיחות תש"ג ס"ע 66 ואילך]. היום יום [כ"ג סיון] ע' סד.

עמודים המצטטים את אותם מקורות

עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.