286
פאַרלאָזען אויף דעם וואָס מען גיט מלמעלה; אַז מען האָרעוועט אַליין, העלפט דאָס.
ג. אמר: לחיים! דער אויבערשטער זאָל געבן חיים גשמיים, חיים רוחניים. דער אויבערשטער זאָל געבן אַ שנה ברוכה, עס זאָל ניט זיין קיינע מניעות אויף בריאות, פרנסה, נחת פון בני בית אין עבודה רוחנית.
ד. איך האָב שוין עטלעכע מאָל דערציילט9 אַז דער טאַטע — כ"ק אאמו"ר הרה"ק — האָט מיט מיר געלערנט דעם סידור, איך מיין ניט איצטער דעם סידור מיט'ן פירוש פון אדמו"ר הזקן — דאָס איז אַ באַזונדער זאַך — נאָר פשוט דעם פירוש המלות פון סידור.
ווען ער איז צוגעקומען וואו עס שטייט10: "לשמיני עצרת ולשמחת תורה" דאַרף מען זאָגן "ביום השמיני עצרת" — האָט ער געפרעגט: וויבאַלד עס שטייט דאָך בפירוש "ביום השמיני עצרת" איז דאָך מובן אַז דאָס איז (אויך) אויף שמיני עצרת, און נאָך וואָס דאַרף שטיין בעפאָר: "לשמיני עצרת"?
האָט ער געטייטשט:
ביום השמיני, שמיני מלשון שמן — פעט11, דעם טאָג וואָס איז שמן מיט אַ סאַך אורות וגילוים, דאָס איז עצרת, תהי' לכם איז שמחת תורה.
נאָך אַ פשט: ביום השמיני עצרת לשון קליטה, דאָס דערהערט זיך אין תהי' לכם, וואָס דאָס איז שמחת תורה.
נאָך אַ פשט: ביום השמיני איז שמיני עצרת, עצרת שמחת תורה, תהי' לכם אין אַ גאַנץ יאָר.
שמחת תורה איז די עבודה פון קלאַפּן מיט די פיס און קלאַפּען מיט די הענט, און אַ גאַנץ יאָהר איז די עבודה קלאַפּן (אַרבעטן) מיט'ן קאָפּ, ניט בלויז עפענען דעם מאמר, נאָר אַריינקלאַפּן דעם מאמר אין קאָפּ.
ה. עס איז דאָ אור באל"ף און עור בעי"ן12.. .
ו. אַ חסידישע פאַרבריינגען איז אַלעס בהתיישבות אָן התגלות המדות, אויב יאָ איז אַלעס אין זיך.
ז. החג יש לו תשלומין כל שבעה13, אין ליובאַוויטש דליובאַוויטש פלעגט מען פאַרבריינגען נאָך שמח"ת אַלע נאַכט ביז ראש חודש. איך געדענק ווען איך בין נאָך געוועזען אַ קינד האָט מיך דער טאַטע מיטגענומען אין קליינעם זאַל צום פאַרבריינגען, די מאַמע האָט געמאָנט: ער דאַרף דאָך שלאָפן. ואמר14: זאָל ער דאָרט שלאָפן, אַז ער וועט עלטער ווערן וועט זיך אים ניט וועלן שלאָפן15. (ואמר כ"ק אדמו"ר שליט"א:) מ'דאַרף ציילן די ווערטער. (ואמר עוד:) דאָ איז מען אביסל פאַרוואָגלט.
ח. (אמר:) מ'דאַרף זיך מכין זיין צו זינגען דעם ניגון של אדמו"ר הזקן בן ד' הבבות, די הכנה איז זינגען אַ ניגון קודם לזה (וצוה לכפול בבא הרביעית ארבעה פעמים).
הערות
- 9. ראה שיחת י"ב תמוז תש"ז (לעיל ע' 140).
- 10. בתפלת המוסף.
- 11. ראה סה"מ תרצ"ו ע' 41. וש"נ.
- 12. ראה ב"ר פ"כ, יב. או"ת להה"מ ס"פ בראשית. מאמרי אדה"ז פרשיות ח"א ע' מה. ע' נ. סהמ"צ להצ"צ ח, סע"א. ועוד.
- 13. ראה ר"ה ד, ב.
- 14. כ"ק אדמו"ר מהורש"ב.
- 15. ראה גם שיחת ליל ב' דחה"ס תש"ז (לעיל ע' 67). וש"נ.
עמודים המצטטים את אותם מקורות
מקורות הגמרא שבעמוד זה נפוצים מדי או ייחודיים לו, ולכן אין לו עמודים מקושרים.