285

מופלגי תורה — די יודעי תורה, און אַ איש פשוט איז גאָר קיין מציאות ניט געוועזען, מ'האָט זיך מיט איהם ניט גערעכענט, דער איש פשוט איז געוועזען אַ מובדל, און דער בעש"ט האָט מגלה געווען די מעלה פון אנשים פשוטים.

וואס אַזוי איז אויך געוועזן די שיטה פון אַלטן רבי'ן נ"ע ביז ער איז געקומען קיין מעזריטש — זיין אַ מובדל פון אנשים פשוטים — ווען דער אַלטער רבי איז געקומען דאָס ערשטע מאָל קיין מעזריטש, לבד זאת וואָס דער מגיד האָט אים מגלה געווען ווער ער איז און וואָס ער איז און וואָס שליחות נשמתו איז בזה העולם, האָט ער אים געזאָגט אַז די שיטה איז קיין שיטה ניט3.

דער אַלטער רבי האָט געהאַט פון דעם אַ צער פנימי, און פון דעם קראַנק געוואָרען בגופו,

דער אַלטער רבי וואָס זיין נשמה איז געוועזן אַ נשמה דאצילות עצמו, און דאָ למטה האָט זי מאיר געוועזן באַ אים דער תוקף עוז ווי למעלה4 — האָט געהאַט פון דעם אַ צער פנימי.

הגם ער איז געוועזען אַ גיבור — איז ער קראַנק געוואָרן, וכידוע המעשה מהתולעים — בהחוטם — וואָס די רופאים האָבן געזאָגט אַז דאָס איז פון אַ טיפן צער5.

דער צער איז געווען אַ כפול ומשולש, פון זיך און פון די תלמידים, ווייל די תלמידים האָבן מרגיש געווען יעדע תנועה. און האָט בעדאַרפן אַ סאַך האָרעווען אַריינצוברענגן די שיטה; און בלויז דער קירוב6 האָט אים געגעבן כח דאָס דורכצוטראָגן.

ב. מען האָט שוין נעכטן גערעדט7 וואָס כ"ק אאמו"ר נ"ע האָט געזאָגט, אַז ער האָט געמאַכט תומכי-תמימים אַז די תלמידים זאָלען זיין פאסטאוואייעס. פאסטאוואייעס זיינען געמאַכט געוואָרן צו ווייזן דעם וועג. תמימים דאַרפן ווייזן דעם וועג, מ'זאָל ניט זיין קיין תועה בדרך החיים. עס איז דאָ דרך החיים און חיי החיים, תמימים דאַרפן ווייזן פאַר אַלעמען דעם דרך פון חיי החיים, מ'זאָל ניט זיין קיין תועה בדרך.

תמימים! איר טאָרט ח"ו ניט פאַרנאַכלעסיגן די כחות וואָס מ'האָט אייך געגעבן. מען זאָגט צו זיך: מי אני ומה אני — ווער בין איך וואָס בין איך, און באמת איז ער טאַקע ניט קיין "מי" און מכש"כ קיין "מה", ווייל ער איז דאָך אַ יש. נאָר אַז מ'האָט אים אַוועקגעשטעלט האָט ער כחות דערצו.

אַז מען שטייט אויף דער פּאָסטן, איז יש לו על מי לסמוך; און אַז מען גייט אַוועק פון פּאָסטן8, איז ער אַ מתחייב בנפשו.

ביים טאַטן — כ"ק אאמו"ר הרה"ק — פלעגט זיין אַ אויסשפּראַך: מ'דאַרף זיך נעמען דאָ ראבאטי. מ'דאַרף זיך ניט

הערות

  1. 3. ראה גם שיחת יום א' דחה"פ תש"ו. שיחת ליל שמח"ת שנה זו (לעיל ע' 28. ע' 252).
  2. 4. ראה לעיל ע' ס"ע 150 ואילך. וש"נ.
  3. 5. ראה שיחת כ כסלו תרצ"ג סי"ז: "ידוע המעשה שרבינו הגדול הי' לו מחלה בחוטמו, אַז עס פלעגט באַ אים פון צייט צו צייט אַרויספאַלן שטיקליך פלייש, ואמרו על זה הרופאים אַז דאָס נעמט זעך פון אַ שטאַרקע טיפע ביינקעניש צו אַ זאַך, והוא ענין נכספה וגם כלתה נפשי".
  4. 6. ברשימת השיחה יש כאן מקום חלק. ואוצ"ל: מהרב המגיד.
  5. 7. לעיל ס"ע 283 ואילך.
  6. 8. נוסחא אחרת: אַז מען פאַרנאַכלעסיגט דעם פּאָסטן.

עמודים המצטטים את אותם מקורות

עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.