284
יום שמח"ת בסעודה תש"ט1
א. אין דעם זמן ווען דער בעש"ט נ"ע איז געוועזען אַ נסתר, איז זיין הנהגה אויך געוועזן ווי אַ נסתר. די מעלת רוממות והפלאת נשמת הבעש"ט האָבען דערהערט אפילו ציגן, זיי האָבן זיך אויפגעשטעלט אויף די אונטערשטע פיס, און די אויבערשטע פיס האָבען זיי געהאַלטן אין די הויך בקומה זקופה ווי אַ אדם2. דער בעש"ט האָט ממשיך געוועזן אין זיי ווי מצד זייער שרש ווי זיי זיינען למעלה, אָבער למטה זיינען זיי געבליבן ציגן, חאָטש בעלשם'סקע ציגן וואָס באַ זיי איז געוועזן אַ הבדל פון חצי התחתון ביז חצי העליון, און עס האָט זיך דערהערט באַ זיי מעלת העליון על התחתון, ניט ווי באַ אַנדערע וואָס באַ זיי איז דער תחתון גלייך ווי דער עליון — אָבער דאָך ציגן.
לאחר התגלות פון דעם בעש"ט: א) האָט זיך אָנגעהערט די מעלת האדם לגבי ציגן. ב) עס איז נתגלה געוואָרן די מעלה פון די אנשים פשוטים; ווייל אין יענעם זמן האָט זיך זייער אָנגעזען די
הערות
עמודים המצטטים את אותם מקורות
עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.