284

און בלויז צו קענען לערנען. דער טאַטע האָט מייסד גיווען תומכי-תמימים אויף צו מאַכען פאסטאוואייעס. די תמימים זיינען די פאסטאוואייעס13, וואו זיי זיינען, דאַרפען זיי ווייזען דעם וועג; קיינעם ניט מכריח זיין, נאָר בלויז מורה זיין דעם דרך — וואו איז דער גוטער ריכטיגער וועג.

איך וויל יעצט ריידן צו די פאסטאווייעס, צו די תמימים: איר דאַרפט וויסן וואָס פאַר אַ כחות מען האָט אייך געגעבן, איר זאָלט אויסניצן די כחות. אַ אמירה פון אַ צדיק איז אַ נתינת כח, און בפרט אַז ער — דער צדיק — האָט זיך מוסר נפש גיווען אויף דעם. מען האָט אייך אנגיגלויבט דעם גושפנקא דמלכא, על דרך ווי אַ נאָטאָריוס, וואָס לייגט די חתימה, און קיינער קען נאָך דעם ניט משנה זיין; מיט וואָס איז זיין כח שטאַרקער פאַר אַ אַנדערן, נאָר מיט דעם וואָס ער האָט די גושפנקא דמלכא. אַזוי איז אויך איר תמימים, איר האָט די גושפנקא דמלכא, דאַרפט איר דאָס אויסניצן אין אייער עבודה, יעדער אויף זיין אָרט.

עס איז אָבער פאַראַן דער קלוגינקער, אָט דער נוכל — יצה"ר ונה"ב — וואָס ער שאַרפט די ציינער איינצובייסן יעדערן לפי ערכו. דעם מיט השכלה, דעם מיט עבודה (מדות). אָבער דער אַלטער רבי האָט אויפגעטאָן אַז חסידים זאָלען זיין חכמים מחוכמים — דערשמעקן זיי וואו דער עכבר ליגט, אַמאָל דאַכט זיך אַז עס שמעקט פון יענעם און באמת שמעקט גאָר פון זיך אַליין.

שמחת תורה פּאַקט מען פאַנאַנדער די פּעקלאַך5, אויב מען האָט נאָך ניט אויסגעניצט די סחורה פון פריערדיגן יאָר, קען מען דאָס אויך אַריינוואַרפן אין פרישן פּעקל.

ז. דער אויבערשטער זאָל געבן אַ שנת עבודה במנוחה. דער אויבערשטער זאָל אַראָפּנעמען אַלע מניעות ועיכובים אויף עבודה בפועל.

הערות

  1. 13. ראה גם לקמן ע' 285.
  2. 5. ראה גם שיחת ליל שמח"ת תש"ז (לעיל ע' 74).

עמודים המצטטים את אותם מקורות

עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.