283
אַראָפּגעקומען מחנך זיין — אידן — און ממלא זיין. אַז עס איז געקומען אַ געוויסער זמן (כ"ק אאמו"ר אמר לי מתי הי' הזמן. אבל לא אוכל לגלות ברבים) — זאָגט מיר ווייטער דער טאַטע — בין איך געווען אויף יחידות ביי דעם טאַטן (הוא כ"ק אאזמו"ר מהר"ש). זאָגט מיר דער טאַטע (כ"ק אדמו"ר מהר"ש לכ"ק אאמו"ר) דו ווייסט נאָך וואָס דיין נשמה איז אַראָפּגעקומען דאָ למטה? דאָס איז בכלל אַ נשמה און בפרט אַ נשמה. . .
אַז איך האָב דאָס דערהערט פון טאַטן — ממשיך כ"ק אאמו"ר — האָט מיר אָנגעחאַפּט אַ שטעכעניס ביז די פּיאַטעס פון די פיס — ומאז נחלה כ"ק אאמו"ר בגופו מה שסבל מזה כל ימי חייו — נאָכדעם האָב איך אָנגעהויבן לערנען שו"ע מיט אַלע יש אומרים'ס און יש מחמירים'ס און האָב דאָס איינגילערנט מיט די אברי הגוף9. און אַ משך זמן שפּעטער האָב איך פאַרשטאַנען אַז מען דאַרף טאָן מיט זיך, און ניט אין תיקון העולם; און זיך מזכך גיווען. ביז וואַנען אַז איך האָב געקראָגן אַ נמיכות רוח און אַ דרך ארץ פאַר זיך אַליין.
השכלה איז אַ פּעטאַקל10 ניט ווערט — ועשה תנועת צרידה באצבעותיו כמו שהי' רגיל לעשות —. אָבער עבודה איז אַ פולער הויפן — ועשה תנועה בידיו מלא חפניו — מיט גאָלדענע מטבעות. די גאַנצע השכלה איז נאָר צוליב עבודה, עבודה מיינט דערהערן: דערהערן אַ געשמאַק אין אַ אידן, אַ געשמאַק אין תורה, אַ געשמאַק אין מצוות, וואָס דעמאָלסט דערהערט מען אַ געשמאַק אין פנימיות העצמות.
אַ נשמה כללית איז, אַז וואָס מען הערט און וואָס מען זעהט איז דאָס אַ גילוי מלמעלה11.
אַה! אַז מען וואָלט האָבן אַ ציור אין אַ נשמה וואָס זי טוט אין ג"ע התחתון, אין ג"ע העליון, אין די כ"ד שעות היום, אין ימות החול, שבת יו"ט און ר"ח. די וועלכע לערנען פנימיות התורה ווייסן דאָס, אָבער מען דאַרף האָבען אַ ציור אין דעם.
אפילו אין דער פינסטערע ביטערע קאַלטע אַמעריקא, לעבט מען מיט די זכרונות. מען דאַרף טאַקע ניט וועלן די יסורים, אָבער זיי זיינען מזכך.
ו. עס איז פאַראַן אַ דרך המלך, אַ שאָסיי, וואָס אויף דעם דרך המלך שטעלט מען אַוועק סימנים, פאסטאווייעס, וואָס זיי ווייזן וויפל מען איז שוין אָפּגעפאָרען און וויפיל מען דאַרף נאָך פאָרן. אויך ווייזן זיי דעם וועג: אויב דו ווילסט פאָרן דאָרט דאַרפסטו פאָרן דורך די וועג; און אויב דו ווילסט פאָרן ערגעץ אַנדערש וואו, דאַרפסטו פאָרן דורך דער אַנדער וועג. אַמאָל זאָגן זיי אויך אַ דרך קצרה, אָבער דער עיקר וואָס זיי ווייזן ווי צו פאָרן. די פאסטאווייעס נייטן ניט דעם מענטשן, נאָר זיי ווייזן אָן דעם ריכטיגן וועג וואוהין צו גיין.
דער טאַטע האָט מייסד געווען תומכי-תמימים, ווי ער האָט געזאָגט און אויך געשריבען אין דעם ערשטען בריף12, ניט צו מאַכען אַ ישיבה פאַר זיך,
הערות
עמודים המצטטים את אותם מקורות
עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.