282
ג. מען האָט אַמאָל גערעדט5 אַז שמחת תורה דאַרף מען אָנהויבען פאַנאַנדערפעקלען די פּעקלאַך וואָס מען האָט איינגעקויפט. שמח"ת איז דאָך דער סיום העבודה פון חדשי אלול ותשרי, וואָס דאָס אַלעס דערהערט זיך אין שמע"צ ושמח"ת. אַזוי ווי אַ סוחר וואָס פאָהרט אויף אַ יריד און גיט אויס זיין גאַנצע געלט, און פאַרמשכונ'ט זיך אויף פרעמדע געלט אויף איינצוקויפען וואָס מעהר סחורה; נאָכדעם אַז ער קומט אַהיים, פּאַקט ער אויס די פּעקלאַך און לייגט פאַנאַנדער די סחורה, זעהן וואָס ער האָט איינגעקויפט. אַזוי איז אויך אין חדשי אלול ר"ה יוכ"פ און סוכות האָט מען איינגעקויפט אַסאַך סחורה; שמחת תורה דאַרף מען אָנהויבען פאַנאַנדערפּאַקען די פּעקלאַך, אָבער מען דאַרף מאַכען אַ חשבון ווי האָט מען אויסגעצאָהלט פאַר די סחורה פון פאַראַיאָהרען, מיט וואָס פאַר אַ חשבון קומט מען ווייטער נעמען, וואָס פאַר אַ פנים האָט מען פאַר זיך אַליין.
ד. חסידות חב"ד מאָנט ניט אַז מען זאָל טאָהן אין תיקון העולם, נאָר טאָהן מיט זיך אַליין, מען דאַרף זיך קענען מיט די מעלות און חסרונות6. מען דאַרף ניט מעלים זיין די מעלות עצמו, אויב מען הערט ניט אָן די בהירות פון די מעלה, דערהערט מען ניט די שאַרפקייט פון די חסרונות. נאָר דער חילוק איז פון וואַנען מען הויבט אָן: פאַראַן אַזעלכע וועלכע הויבן אָן פון די מעלה און בלייבן דערביי, ממילא ווערט ער מער יש און מער גס, ביז אַ נפש היפה קען ניט שטיין אין זיינע ד' אמות.
ס'קען זיין אַז איך רעד אַביסל צו האַסטיג, אָבער עס איז טוטוויי די האַרץ.
אידן! עס קלינגט אין מיינע אויערן, האַרץ און מוח די ווערטער וועלכע איך האָב מיט אַ פולע יאָרן צוריק געהערט, וועגן דעם יוקר און געשמאַק פון יעדן אידן, פון אַ איש פשוט. וואָס דאָס וואָס דער אַלטער רבי האָט גענומען אין מעזריטש7, וואָס לבד די גילוים וואָס מען האָט אים דאָרט מגלה געווען, ווער ער איז און וואָס ער איז און וואָס ער דאַרף אופטאָן אין עולם — האָט מען אויך מגלה געווען, צו דערהערן דער עילוי פון אַ איש פשוט, נאָר מען מוז דאָך רעדען דעם אמת.
איך רעד ניט וועגן דעם כלל חסידים, נאָר וועגן פרטים. פאַראַן אַזעלכע וואָס אַז מען רעדט מעלות מיינט ער אַז מען מיינט אים. חסרונות מאַכט ניט אויס, אויב ער מיינט זיך, חסרונות פעלט ב"ה ניט, אָבער מעלות. . .
וואו איז די קביעות עתים לתורה, קביעות עתים לתפלה באריכות. אויף תירוצים איז יעדער איינער אַ גרויסער.
שמח"ת איז אַ זמן צו מאַכן אַ החלטה אויף אַראָפּצובריינגען בפועל.
ה. הזמן קצר והמלאכה מרובה8. וויל איך אייך איבערגעבן אַ קורצן וואָרט פון טאַטן.
מיין נשמה — זאָגט דער טאַטע — איז אַראָפּגעקומען אויף צו מאַכן דעם מטה און ליכטיג מאַכן דעם מטה.
באמת איז דאָס אַזוי אין אַלע נשמות, נאָר דער חילוק איז פון אַ נשמה פרטית צו אַ נשמה כללית. מיין נשמה איז
הערות
עמודים המצטטים את אותם מקורות
עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.