281

ליל שמח"ת קודם הקפות תש"ט

א. שמחת תורה רעדט מען נאָר בלויז ווערטער, דער פירוש וביאור דערהערט די עצם הנשמה.

שמחת תורה — איז די נידעריגסטע דרגא דערהערט די העכסטע און די העכסטע איז זיך מתלבש אין די נידעריגסטע.

אין יעדער זאַך איז דאָ אַ פירוש, ביאור והסבר. אויף דעם קידוש פון שמח"ת האָבען מיר אַמאָהל געהערט, אַז דאָס איז לעילא מכל הפירושים, דער "ולעילא" פון נעילה (חסידים זאָגען דאָך ניט "לעילא ולעילא" — נאָר בלויז צו נעילה1) דערהערט זיך אין דעם קידוש פון שמח"ת.

אַזוי ביי קידוש איז דאָך דאָ אַ מוציא און אַ יוצא, וואָס דער מוציא דאַרף מכוין זיין מוציא זיין, און דער יוצא דאַרף מכוין זיין לצאת, דאָס מיינט אַז ביידע דאַרפען האָבען דעת, אָבער קידוש פון שמח"ת איז העכער דערפון, יעדער דאַרף נעמען דעם סידור און זאָגען די ווערטער פון קידוש און מאַכען שהחיינו אויף די תורה2, דער שהחיינו פון קידוש פון שמחת תורה איז אויף תורה3.

ב. תורת החסידות חב"ד לייגט אַריין אַ פינגער אין מויל. מען דאַרף ניט האָבען יגיעה ועבודה, בלויז אויף השגה והבנה, עבודה ויגיעה דאַרף מען האָבען אויף דעם בפועל. עיקר העבודה איז מדות חסידות4, און אַז עס איז דאָ מדות חסידות פאַרשטייט מען תורת החסידות, און אַז עס איז דאָ תורת החסידות, איז שוים דאַמאָלסט די מדות חסידות גאָר אַנדערע.

הערות

  1. 1. ראה ספר השיחות תרפ"חתרצ"א ע' 140 (וש"נ): כל עשי"ת בקדיש "לעילא". בנעילה "לעילא ולעילא".
  2. 2. ראה שיחת שמח"ת תש"ד — בקידוש הלילה (ספר השיחות תש"ד ע' 32): אחד המסובים הציע להעומדים מסביב השולחן שאחד מהם יאמר קידוש ויוציא את האחרים, ואמר אדמו"ר: דער "שהחיינו" וואס מען מאכט אין קידוש שמח"ת, איז דאָס אויף תורה און ביי תורה איז ניטא דער ענין פון מוציא זיין, והלואי שכל אחד יפקיע את עצמו.
  3. 3. ראה גם ספר השיחות תרצ"וחורף ה'ש"ת ע' 14. וש"נ. שם ע' 196.
  4. 4. ראה גם לעיל ע' 112. ע' 117

עמודים המצטטים את אותם מקורות

עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.