280
יום שבת קודש, חול המועד סוכות תש"ט בסעודה
א. אין יעדער זאַך איז דאָ אַ שיעור — אַ מדה, שיעור ומספר. אָבער אין שמחת יו"ט איז ניטאָ קיין שיעור, וויילע שמחת יו"ט איז למעלה מן השיעור. אפילו אין קרבנות איז דאָ אַ מספר. אָבער אין שלמים — שלמי שמחה, איז ניטאָ קיין שיעור.
ב. (אחד מהמסובים לקח כוס וביקש את חבירו שיצוק לתוכו יין מן הבקבוק לאמר לחיים, ואמר כ"ק אדמו"ר שליט"א:)
אַז מען דאַרף האָבען כלים פרטיים, רעדט זיך אין חסידות, דאָס דאַרף מען האָבען. אָבער בעטען יענעם אַריינגיסען, וועגען דעם איז ניטאָ. אַריינגיסען אין די כלי דאַרף מען אַליין. אויב מען קען ניט אַליין אַריינגיסען, דאַרף מען אונטערשטעלען די כלי לקבלה אויף אַ אָרט וואו עס גיסט זיך.
ג. דער היינטיגער מאמר — ד"ה ושאבתם מים בששון1 — איז משמח און צוברעכט. ער איז משמח — וואָס חסידות רעדט אַזעלכע הויכע טיפע ענינים פאַר אַלעמען. וואָס דאָס האָט זיך אָנגעהויבען פון די צייט ווען דער רבי, הוד כ"ק אדמו"ר הזקן, איז געקומען פון מעזריטש, וואו מען האָט אים געזאָגט ווער ער איז און וואָס ער דאַרף אויפטאָן בעולם2, און האָט אָנגעהויבען מקרב זיין אנשים פשוטים. וואָס אנשים פשוטים איז באַ זיי דאָ אַ מעלה מעהר פון די יודעי תורה, די בעלי הבנה והשגה. די בעלי הבנה נעמען נאָר אויף וויפעל זיי זיינען מכיל3, און זיי זיינען שוין צופרידען מיט דעם וואָס זיי האָבען גענומען. משא"כ די אנשים פשוטים נעמען ניט מיט ידיעה, און זיי האָבען אַ שטאַרקע תשוקה אויף נעמען נאָך און נאָך מעהר.
די רביים האָבן מקנה געווען באַ חסידים אַז פרוץ איז מרובה על העומד, אין דעם ניט וויסען דערהערען מער ווי אין דעם וויסען.
די הפלאת הענינים וואָס רעדט זיך אין דעם היינטיגען מאמר, האָט די ביידע ענינים וכו'. וואָס באמת איז דער גאַנצער מאמר בלויז נקודות, בלויז נקודות פון די ענינים. אין יעדער ענין איז דאָך דאָ די נקודה, נאָכדעם דער תוכן, דער ביאור און דער הסבר, און נאָכדעם דער קיצור פון די ענינים. אָבער אין דעם מאמר איז די קשיא בלויז אַ נקודה, ביז דעם אויספיהר איז אויך מעהר ניט ווי אַ נקודה, נאָר עס איז דאָ אַ נקודה עצמיות און אַ נקודה ווי זי איז כולל ג' ענינים.
דער עונג פון וויסען דעקט ניט דעם צער פון ניט וויסען. דאָס איז אַלץ אין ענין הידיעה פון חסידות. פאַר מדות חסידות, דאַרף מען אַוועקגעבען די העמד.
ד. דער טאַטע האָט אַמאָל פאַרבראַכט אין סוכה און גערעדט וועגען דעם ענין: חיצוניות שבעליון נעשה פנימי לתחתון4. האָט ער געפרעגט: ווי אַזוי ווערט דאָס פון חיצוניות — פנימי, און וואָס איז דאָס פאַר אַ פנימי וועלכע ווערט פון חיצוניות, און וואָס איז דער חיצוניות פון
הערות
- 1. נדפס בסה"מ תש"ט ע' נה ואילך.
- 2. ראה גם לעיל ס"ע 150 ואילך.
- 3. נוסח אחר: זיי זיינען זיך מכין.
- 4. ראה עץ חיים שער יד (שער או"א) פ"ט. לקו"ת שלח מא, ג. סה"מ עטר"ת ע' שכו. ה'ש"ת ע' 24. ובכ"מ.
עמודים המצטטים את אותם מקורות
עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.