279

עס איז דאָ שמחת הקול, שמחת הלב, צעקת הקול, און צעקת הלב. שמחת הקול איז חיצוניות, כנ"ל, די איבעריגע דריי דרגות, דאָס איז די עבודה פון ר"ה יוכ"פ און סוכות. סוכות איז שמחת הלב, עס קען זיין אַז אין שמחת הלב זאָל אויך זיין דער צעקת הלב, אָבער דערצו דאַרף מען לערנען אַ פולע חסידות5.

ג. (א' מהמסובים תיקן את הקערה שהעמידו לפני כ"ק אד"ש, ושאל אם הוא רוצה כך6, וענה לו כ"ק אדמו"ר שליט"א:) וואָס איז שייך אַ וועל אין אַ ענין פון חיצוניות?

ד. אין יאָהר תרנ"ט זיצענדיק די ערשטע נאַכט אין סוכה האָט כ"ק אאמו"ר גערעדט אַ שמועס באריכות, וואָס דער קוטב הענין איז געווען אַז עס איז פאַראַן עבודת המוח און עבודת המדות, מדות אָהן מוחין איז גאָר ניט, און מוחין אָהן מדות איז גאָר ניט. אין עבודת המוח איז אויך דאָ מדות נאָר דער הפרש איז צי עילאה גבר אָדער תתאה גבר.

דער רבי — כ"ק אדמו"ר הזקן — איז געווען עבודת המוח, דער בערדיטשעווער רב איז געווען עבודת המדות. ביידע זיינען געווען בעלי השכלה און ביידע זיינען געווען בעלי מדות, נאָר דער הפרש איז געווען צי תתאה גבר אָדער עילאה גבר.

עס איז ידוע אַז דער באַרדיטשעווער פלעגט די ערשטע נאַכט סוכות וואַרטען אַ גאַנצע נאַכט עס זאָל שוין ווערן טאָג — שיוכל לברך על הלולב — און פלעגט אַרויס שיקען אַלע וויילע דעם משרת זעהן אויב עס איז שוין טאָג. דער אַלטער רבי פלעגט ניט וואַרטען אויף טאָג, נאָר אַז עס איז שוין געוואָרען טאָג האָט ער דערהערט.. .

(וסיים כ"ק אדמו"ר שליט"א:) אַה, דער עיקר החסידות איז לעבן מיט אַ וואָרט. איך דערמאָן זיך ווי מיר האָבען געהערט דעם וואָרט פון טאַטען.

עס איז דאָך ידוע דער סיפור7, אַז ביי דעם בעש"ט — בעת תפלת קבלת שבת — פלעגען זיך די ציגען אויפשטעלען "דובאם" (שהגביהו רגליהם שמלפנים).

דאָס איז אַ ציור, ווי מיר האָבען דעמאָלסט געהערט דעם וואָרט פון טאַטען, טאַקע ציגען אָבער אויפגעהויבען. כי, הלא בעזים יש פנים ואחור אלא כשהולכים כרגיל אז הכל בשוה, משא"כ כשמגביהים את רגליהם שלפניהם, אז ניכר הפנים שבהם.

הערות

  1. 5. בהנחה אחרת: ס'איז דאָ עבודת החסידות און ס'איז דאָ השכלת החסידות. עבודת החסידות איז אַז מען דאַרף לעבן מיט אַ וואָרט, און דער גאַנצער ענין פון השכלת החסידות איז אַריינצוגעבן אַ הטעמה — אַ געשמאַק — אין מדות.
  2. 6. בהנחה אחרת: בעת שהביאו הדגים הי' קערה בתוך קערה שלא ישפך, ושאל א' אם כ"ק אדמו"ר חפץ שיקחו קערה אחת.
  3. 7. ראה שיחת שמח"ת שנה זו (לקמן ע' 284). ד"ה הנה ישכיל עבדי תשל"ב (סה"מ תשל"ב ע' 154). ועוד.

עמודים המצטטים את אותם מקורות

עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.