ספרי כ"ק אדמו"ר מוהריי"צ נ"עספר השיחותתש"ו-ה'שי"תספר השיחות - תש"טליל ב' דר"ה תש"ט בסעודה275

275

נאָך דער טיף האַרציקע יאָהרליכע גיזעגינס מנחה זאָגט מען ביז זמן פון תפלת ערבית מזמורי תהלים, און די צוויי מעת לעת איז מען מרבה אין אמירת תהלים12.

ח. אין יאָהר תרמ"ט ר"ה, האָט דער טאַטע מיר געהייסען זאָגען תהלים. דער טאַטע איז ניט געווען צופרידען פון מיין עברי זאָגען13, דאָס איז געווען מצד מיין חזרת משניות בע"פ שנעל, פלעג איך מבליע זיין אַסך הברות. האָט דער טאַטע מיר דאַמאָלסט געזאָגט:

פון יעדער תורה אָדער תפלה וואָרט וואָס אַ איד זאָגט ווערט באַשאַפן אַ מלאך14. עס זיינען פאַראַן שלום עליכם מלאכים, וואָס ווערען באַשאַפן פון שלום עליכם וואָס מען זאָגט פרייטאָג צונאַכטס, עס זיינען פאַראַן שחרית מלאכים, מנחה מלאכים, מעריב מלאכים, און מלאכים וואָס ווערען באַשאַפן פון קר"ש פאָרן שלאָף. פון יעדער תפלה ווערט אַ גאַנצע מחנה מלאכים, וואָס יעדע מחנה קלייבט אויס אַ שליח וועמען מען שיקט אַראָפּ צו היטען דעם מענטשן וואו ער גייט און שטייט.

אין סדר המלוכה וואָס דער עיקר אונד דער זעלבשטענדיקער אונד ערשטער פיהרער איז דער קיסר, און דער קיסר איז מסדר אַלע מלוכה לאַייט פון דעם ערשטין מיניסט[ע]ר ביז דעם סאטסקע.

דאָ אין ליובאַוויטש — זאָגט מיר דער טאַטע — איז דער גאַנצע פראייטעלסטער — מלוכהפירער דער פריסטאָוו, אָבער דער אמת'ר פאַר ועמען אַלע מענטשין פון דער גאַנצער מדינה האָבין מורא איז דער קיסר, און ניכר איז זאַיין שטאַרקייט אַלעס דעם קיסר'ס אַ שליח איז די קליידונג זאיינע וואָס דאָס באַווייסט אַז ער דורך זיין שליחות בעזיצט ער דעם קיסר'ס קראַפט.

יעדער איינער פון די אַלע מלוכה פקידים טראָגט אַ צייכענונג פון דעם מלך וואָס עס בעצייכנט זאַיין15 וואָס ער פאַרנעמט אין דער מלוכה. באַ דעם העכערען איז דאָס אַ גילדענע, באַ די נידעריגערע איז דאָס אַ זילבערנע, מעשענע, בלייענע, ביז באַ דעם סאטסקער איז דאָס אַ בלעכענע, אָבער אַלץ קומט פון דער מלוכה.

אידין זיינען בני מלכים16, גיט מען יעדען שלוחים פון מלך צו היטען איהם, איינער גיט מען העכערע שלוחים, דעם אַנדערען גיט מען נידעריגערע שלוחים, אָבער זיי זיינען אַלע פון מלך. היינט שטעל זיך פאָר: אפי' אַז די שלוחים פון מלוכה פיהרען אַ מענטשן אין "פריזאָן"17 דאַרף מען דאָך אויך האָבען פאַר זיי דרך ארץ, אַ כל שכן אַז די שלוחים זיינען געשיקט געוואָרען אויף אַ שמירה, צו היטען דעם מענטשן. היינט וואָס פאַר אַ פנים וועט ער האָבען אַז ער וועט פּאַטשען די שלוחים. אַז מען היפט איבער אַ וואָרט גיט מען אַ פּאַטש דעם מלאך, אַז מען איז מבליע הברות גיט מען אַ שאַר דעם מלאך.

דעם טאַטין'ס מוסר רייד, האָבין מיך זייער דערנומען. אַז איך בין גיקומען צו זיך אין צימער, האָב איך שטאַרק גיוויינט, ניט גיקאָנט זעך בערואיקין.

הערות

  1. 12. ראה סה"מ תרצ"ז ע' 310. אגרות-קודש ח"א ע' תכה. ח"ד ע' קלב. ע' תטז.
  2. 13. ראה גם אגרות-קודש ח"י ע' תה.
  3. 14. חדא"ג מהרש"א מכות י, ב. וראה אבות פ"ד מי"א ובמפרשים שם. וראה גם שיחת יום אחש"פ שנה זו (לקמן ע' 323). ספר השיחות תרצ"וחורף ה'ש"ת ע' 308.
  4. 15. כ"ה בכי"ק. ואוצ"ל: זיין אַמט.
  5. 16. שבת סז, א.
  6. 17. בית האסורים.

עמודים המצטטים את אותם מקורות

מקורות הגמרא שבעמוד זה נפוצים מדי או ייחודיים לו, ולכן אין לו עמודים מקושרים.