273
ליל ב' דר"ה תש"ט בסעודה1
א. די עבודה אין בית המקדש ביום כיפורים איז גיועהן נאָר דורך דעם כהן גדול אַליין נאָך אַ געויסער רגילות הכנה וואָס עס איז גיועהן מסודר פון בית דין.
דער זמן פון התחלת העבודה אין בית המקדש ביום כיפורים איז גיועהן מסודר אַז אַלע זאַכין איז גיטאָהן גיואָרין נאָר דורך דעם כהן גדול על פי בית דין דורך אַ ספּעציעלע ממונה וואָס ער האָט גיהאַט דעם טיטול סגן כהן גדול2.
צו דעם זמן פון התחלת העבודה אין בית המקדש פלעגט דער סגן כהן גדול הייסען אַז מען זאָהל גיין אויף דעם בעשטימטען הויכע אָרט3 וואָס איז גיועהן אין בית המקדש זעהן צי עס איז געקומען די בעשטימטע צייט וואָס מען בעדאַרף אָנהויבין די עבודת הקרבנות. פלעגט דער ממונה זאָגין4: צאו וראו אם הגיע זמן השחיטה — גייט אויף דעם ספּעציעלען הויכע אָרט וואָס עס איז גיועהן אין מקדש — אם הגיע זמן השחיטה — צי עס איז שיים צייט וואָס מען דאַרף בריינגען דעם קרבן תמיד — די וואָס זיינען גישטאַנען נידעריקער פלעגין פרעגין באַ דעם וואָס איז געשטאַנען אין דער הויך, אם האיר פני כל המזרח עד שבחברון — צי עס איז בעלויכטין דער מזרח ביז חברון, ווייל צוליב דערמאָהנען זכות אבות דערמאָנט מען חברון5.
פון דעם סדר עבודה פאַרשטייען מיר צוויי ענינים א) אַז זכות אבות איז אַ הקדמה און התחלה אין עבודה, ב) און בכדי מען זאָהל ניט האָבען קיין טעות אין עניני עבודה בעדאַרפמען בכל עת ובכל זמן בעטען רחמי שמים אַז הוד כ"ק אבותנו רבותנו הקדושים וואָס זאַיינען אין היכלי שמים6 זאָהלין מעורר זיין רחמי שמים פאַר אונז אַלע זייערע מקושרים און זייערע בני בית זאָהלין זיין גיזונד און האָבין פרנסה בהרחבה, זיי זאָהלין בהרחבה ובהצלחה דורכפירין די שליחות פון ירידת נשמתם למטה אין גוף.
ב. הגם אַז במשך השנים האָט מען געויס מעהרער מאָהל גירעהט און דערציילט, און אין געויסע ענינים מבאר גיועהן די מנהגי הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק אין אַלע מועדי השנה, דאָך איז לבד דעם זכות און ענג ותועלת פרטי וואָס איך האָב אין דעם דערמאָהנען דעם סדר זמנים, איז די הזכרות און דער לייענען וואָס מען לייענט די אַלע שריפטען אין יעדער אָרט ברבים אָדער ביחידות אַ געויסע הזכרה — דערמאָנונג — וואָס איז מגיע אין די היכלות הקדש פון הוד כ"ק אבותינו רבותינו הקדושים, און עס בריינגט, בעזרתו יתברך אַ שפע ברכה בגשמיות וברוחניות.
ג. דעם ערשטין מעת לעת ר"ה פון נאָך ליכט בענטשין ביז נאָך דעם ערשטין מאמר חסידות וואָס הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק זאָגט דעם ערשטין טאָג ר"ה נאָך תפלת ערבית פון דעם צווייטין נאַכט7,
הערות
- 1. שיחה זו — הועתק מכי"ק רבינו, ומהנחת אחד השומעים בתוס' הגהות מרבינו ומכ"ק אדמו"ר נשיא דורנו.
- 2. ראה משנה יומא כח, א וברש"י שם — ד"ה אמר להם הממונה.
- 3. ראה משנה יומא שם וברש"י ד"ה צאו וראו.
- 4. משנה יומא שם.
- 5. ירושלמי יומא פ"ג ה"א.
- 6. ראה גם ספר השיחות תש"ה ע' 4.
- 7. ראה גם שיחת ליל ב' דר"ה תש"ח (לעיל ע' 160).
עמודים המצטטים את אותם מקורות
מקורות הגמרא שבעמוד זה נפוצים מדי או ייחודיים לו, ולכן אין לו עמודים מקושרים.