267

י"ט אלול תש"ח1

כ"ק אדמו"ר שליט"א שאל: מה למדתם?

ואמר כ"ק אדמו"ר שליט"א: העיקר אינו הלימוד אלא דער אויסלערנען.

אויף תורה שטייט2 "כי טוב סחרה כו'", תורה איז די בעסטע סחורה.

וואָס האָט איר איינגעהאַנדלט? וואָס נעמט איר מיט זיך? איך האָב גערעדט מיט דעם ראש הישיבה, האָט ער מיר געזאָגט אַז איר האָט געהאָרעוועט, איר האָט געוואָלט האָרעווען, אָבער וואָס האָט איר זיך אויסגעלערנט? אַז איר קומט אַהיים, פרעגט מען וואָס האָט איהר געהאַנדעלט; זייענדיק אין דער היים דאַרפט איהר דאָרטן טאָן, טאָן מיט זיך און טאָן מיט יענעם, מאַכן יענער זאָל אויך לערנען.

איר דאַרפט צונויפקלייבן קליינע קינדער, און די וואָס זיינען שייך צו פאָרן אין ישיבות — דאַרף מען זעען זיי זאָלן פאָרן אין ישיבות; די וואָס זיינען דערצו ניט שייך, דאַרפן זיי דאָרטן לערנען.

פאָרט געזונטערהייט. דער אויבערשטער זאָל אייך געבען אַ כתיבה וחתימה טובה, אויך די עלטערן מיט זייער פאַמיליע, זיי זאָלן האָבן פון אייך נחת; און אַ שנה טובה ומתוקה.

איר וועט דאָך מסתמא לאָזן וויסן אַז איר וועט קומען געזונטערהייט.

הערות

  1. 1. יחידות של האחים זאַיאָנץ (מבראַזיל).
  2. 2. פיוט "שישו ושמחו בשמחת תורה". וראה גם שיחת ה' תשרי ה'שי"ת (לקמן ע' 344).

עמודים המצטטים את אותם מקורות

עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.