266
ח"י אלול תש"ח
א. אין דער מצוה פון מעשר איז פאַראַן כמה ענינים: מעשר תבואה, מעשר בהמה, מעשר כספים. די מצוה פון מעשר איז אַנדערש פון אַלע מצוות, וואָס מעשר איז דער ענין פון עשירות, עשר בשביל שתתעשר1. הגם אין אַלע מצוות איז דאָ דער ענין פון עשירות.
דער ענין פון עשירות איז נוסף על הקרן, וואָס קרן איז נשמה נר ה' — די נשמה ווי זי איז למעלה, וע"י ירידת הנשמה למטה איז דאָ די עשירות, שפועל תוספות בהנשמה למעלה, שמדריגת היחידה שבנשמה פועלת תוספות באצילות העליון. הגם אצילות איז דאָך עשירות — אצילות איז דאָך האצלה והפרשה2, אָבער דורך די ירידה ווערט אַן עלי' ויתרון באצילות העליון באור העצמי.
ב. חסידות לערנט דעם ענין פון קיצור, וואָס קיצור איז תוכן, און תוכן איז פועל — אַז יעדער ענין ווי הויך ער זאָל ניט זיין זאָל אַראָפּקומען אין פועל. וואָס פועל איז, אַז די פעולה זאָל פועל זיין אין דעם פועל. ווי מען רעדט אין דעם ענין פון עשי' לעילא3, אַז עשי' איז פועל אַ יתרון אין דעם לעילא.
ג. ס'איז שווער צו ריידן בארוכה, בפרט יעצט וואָס עס איז אַ זמן פון מעהר טאָן.
נאָר בכלל איז דאָס אַ המשך פון י"ב תמוז, ווי מען האָט גערעדט4 אַז מען דאַרף טאָן מיט זיך און מיט יענעם. ביי יענעם דאַרף מען אָנהויבן פון דעם טוב און וואָס עס פעלט וועט נתמלא ווערן, און ביי זיך דאַרף מען אָנהויבן פון וואָס עס פעלט, גוט דאַרף דאָך זיין — אָבער עס איז פאַראַן גוט און עס איז פאַראַן בעסער5.
ד. עס איז דאָך היינט ח"י אלול, זאָל דער אויבערשטער געבן אַז עס זאָל זיין דער "אני לדודי ודודי לי"6 און "דודי לי ואני לו"7, ווי דער בעל שם הקדוש האָט עס מפרש געווען און דער אַלטער רבי האָט עס ממשיך געווען.
ה. דער אויבערשטער זאָל געבן עס זאָל זיין אַ התעוררות פנימי אויף טאָן אין עבודה שבלב אין האַרץ און מיט דער האַרץ, עס זאָל זיין אַ כתיבה וחתימה טובה אַ שנה טובה ומתוקה בגשמיות וברוחניות.
הערות
- 1. פ' ראה יד, כב. שבת קיט, א. תענית ט, א.
- 2. ראה פרדס שער טז (שער אבי"ע) פ"א. תו"א בראשית ג, א. המשך תער"ב ח"א ע' יא. סה"מ תש"ג ע' 131. ה'שי"ת ע' 112. ובכ"מ.
- 3. זוהר ח"ג קח, ב. ח"א קטו, א.
- 4. שיחת י"ב תמוז שנה זו סעיף מ (לעיל ע' 252 ואילך).
- 5. להעיר מפתגם אדמו"ר מהר"ש: צי אַז גוט איז גוט, איז בעסער ניט בעסער? גוט איז גוט, און בעסער איז בעסער. — אגרות-קודש ח"ד ע' שמ. ח"י ע' יג. חי"ד ע' תלו.
- 6. שה"ש ו, ג.
- 7. שם ב, טז.
עמודים המצטטים את אותם מקורות
מקורות הגמרא שבעמוד זה נפוצים מדי או ייחודיים לו, ולכן אין לו עמודים מקושרים.