255

האָט פאַרשריבן זייער פיעל סיפורים וואָס ער האָט געהערט פון כ"ק הרה"ח ר' נחום נ"ע6.

איך האָב שוין באַ אַ געוויסער געלעגענהייט דערציילט בארוכה7 ווי אַזוי עס איז געקומען צו דעם אַז כבוד אמי זקנתי הרבנית הצדקנית מרת רבקה נ"ע האָט קובע געווען אַ זמן קבוע ווען איך פלעג קומען צו איר און זי האָט מיך מזכה געווען מיט סיפורים.

ג. איצטער וויל איך אייך מזכה זיין מיט אַ ליקוט וואָס איך האָב מלקט געווען פון מיינע פערשידענע ספרי הזכרונות, וואָס איך האָב געהערט איבער דעם ספר הספרים לקוטי אמרים — תניא.

הצדיק נסתר הר"ר ברוך, אבי הוד כ"ק רבינו הזקן, ודודו הצדיק נסתר הר"ר יוסף יצחק האָבן לויט דער אזהרה פון מורם, מורנו הבעש"ט, פון אים בעהאַלטן דעם דרך החסידות און דרכי החסידות8, וואָס דאַן ביים אָנפאַנג איז געווען נאָר אַ קליינע צאָל מענטשן תלמידים, אויך בזמן מורנו הרה"ק המגיד ממעזריטש וואָס דאַן איז שוין געווען מפורסם דער דרך מורנו הבעש"ט צו מקרב זיין די פּראָסטע אידן, בעלי מלאכות און דאָרפסלייטגייער און מאַרק הענדלער, איז נאָך פונדעסטוועגן באַ אַ געוויסן טייל אידן תלמידי חכמים געווען די התבדלות שיטה פון די פּראָסטע מענטשן און בפרט אין די ווילנער קרייזען וואו עס זיינען געווען די ליטווישע גאונים און בראשם הגר"א נ"ע מווילנא דאָרט איז די התבדלות געווען מיט איר גאַנצער שאַרפקייט.

דער רבי, זייענדיק אַ גאון עצום נאָך בנערותו, איז בבחרותו נאָך נתעלה געוואָרען בידיעת התורה, און בהיותו בן חי שנה איז ער געווען איינער פון די אָנגעזעהענסטע גאוני הזמן, און האָט מייסד געווען אַ קביעות לימוד מיט תלמידים בעלי חושים מופלגים.

ד. ע"י הוד כ"ק אביו הגאון הצדיק הר"ר ברוך ודודו הגאון הצדיק הר"ר יוסף יצחק האָט ער מכמה שנים געלערנט דעם ספר השל"ה9 און ספרי קבלה, און דאַן האָט ער געשריבן די תורות וואָס ער האָט געזאָגט פאַר זיינע תלמידים.

די תלמידים האָבן די תורות קורא בשם געווען "ספר של צדיקים"10. זייער דרך הלימוד און הנהגה איז געווען מבהיל ועל כולם זייער התבדלות פון די געוויינליכע מענשן, אפילו למדנים, איז געווען מיט אַ שטאַרק דיוק.

אין יענער צייט זיינען געווען מפורסם צוויי שטעט וואו מען לערונט תורה און עבודת הבורא ב"ה. אין ווילנא און סלוצק לערונט מען קענען לערנען און אין מעזריטש לערנט מען עבודת הבורא בדרכי החסידות11.

הוד כ"ק רבינו הזקן האָט דערציילט לנכדו הוד כ"ק הרה"ק צמח צדק דעם סדר פון זיין זיין אין ווילנא און זיין קומען

הערות

  1. 6. ראה שיחת י"ט כסלו תרצ"ג ס"ו. ספר השיחות תרצ"וחורף ה'ש"ת ע' 55. ע' 58 ואילך.
  2. 7. ראה שיחת ליל א' דחג השבועות שנה זו ס"ג (לעיל ע' 231). וש"נ.
  3. 8. ראה שיחת פורים תש"ו (לעיל ע' 22). וש"נ.
  4. 9. ראה גם שיחת פורים תש"ז (לעיל ע' 99). וש"נ.
  5. 10. להעיר מהידוע שאדמו"ר הזקן התחיל גם לכתוב ספר של צדיקים ונשרף (ראה "מ"מ, הגהות והערות קצרות" לתניא בתחילתן. הועתק באגרות-קודש כ"ק אדמו"ר שליט"א ח"ט ע' רלב).
  6. 11. ראה שיחת ב' ניסן שנה זו (לעיל ע' 197). וש"נ.

עמודים המצטטים את אותם מקורות

עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.