254
רשימת שיחת כ"ק אדמו"ר שליט"א בקייץ ה'תש"ח1
איך האָב שוין אַמאָל, באַ אַ התועדות מסיבה, דערציילט וועגן דעם אופן החינוך וואָס הוד כ"ק אאמו"ר האָט מיך מחנך געווען, צו מפתח זיין און מרחיב זיין מיין כח הזכרון2, וואָס דורך דעם איז יעדער זאַך וואָס איך האָב געהערט איז ת"ל נחקק געוואָרען און איז ביי מיר כמונח בקופסא מיט אַלע פרטים וואָס אַ סיפור תוכני בכלל און אַ חסידישער בפרט בעדאַרף האָבן.
אַ מתנה טובה האָט מיר געגעבען מלמדי הרב החסיד ר' ניסן נ"ע סקאַבלאָ3, אַ געוויסן ספר המעשיות4, וואָס ער האָט מקבל געווען פון זיין פאָטער וואָס ער האָט געהערט כמה ספורים מזקני חסידי רבינו הזקן, און פון אַזעלכע וואָס האָבן געהערט מכ"ק הגאון הצדיק הנסתר הר"ר ברוך אבי כ"ק רבינו הזקן און פון דוד הוד כ"ק רבינו הזקן הצדיק נסתר הגאון הצדיק הר"ר יוסף יצחק.
ב. נאָך אין די גאָר יונגסטע יאָהרן, פלעג איך אין די פרייע שעות פון חדר איבערשרייבן געוויסע סיפורים.
איך האָב פיעל צו פאַרדיינקען דודי הרז"א — ר' שניאור זלמן אהרן — נ"ע5 וועלכער איז געווען אַ בעל שמועה און
הערות
עמודים המצטטים את אותם מקורות
עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.