253
אידישן תורהפּאַראַד. יעדער איינער פון אייך תלמידיי יקיריי, זאָל אָפּגעבען מעשר פון זיין אָפּרוצייט, און דעם מעשר אָפּגעבען אויף מאַכען ליכטיק די וועלט מיט די דריי אהבות: אהבת השי"ת, אהבת התורה און אהבת ישראל.
מען בעדאַרף ריידן צו אידן מיט אַ קירוב און מיט דער אויסשפּראַך וואָס זיי קענען פאַרשטיין, האָבן מיטלייד מיט זייער מצב הרוחני, מיט זייער פאַרנומענקייט אין חיי עולם, כנוסח המדינה "מאַכן אַ לעבן", אָבער נאָך אַלעמען, אַז מען רעדט צו אידן, ווי פאַרנומען זיי זאָלן זיין, און ווי חלילה ווייט פון שמירת התורה והמצוה זיי זיינען, איז אַז מען רעדט בקירוב הדעת מיט דעם אהבתישראלברען הערט מען, און עס איז זיכער פועל.
אויב ער רעדט און עס איז ניט פועל, מען הערט ניט, בעדאַרף ער — דער ריידער — תולה זיין דעם חסרון אין זיך. ער בעדאַרף מתקן זיין זיינע כלי המבטא, און בעדאַרף אויפריכטיק אויסגעפינען דעם חסרון, און פאַריכטן, און דאַן וועט בעזרת השי"ת זיכער דערהערט ווערן אין די צוהערערס הערצער און ער וועט פועל זיין.
מען בעדאַרף ריידן צו אידן מיט אהבה און קירוב, אָנהויבן מיט די מעלות וואָס עס איז פאַראַן אין יעדער אידישער גזע, און דערמאָנען — בשפה ברורה — וואָס מען בעדאַרף פאַריכטן. און בהנוגע זיך אַליין בעדאַרפמען אָנהויבען איבערלייגן זיך אין דעם וואָס עס פעלט און פאַריכטן דאָס, און דערפרייען די האַרץ פון דעם וואָס עס איז גוט.
תלמידי התמימים! גייט געזונטערהייט אין די אָפּרוהערטער, פאַרבריינגט גוט די צייט, רוהטזיך גוט אויס. קומט געזונטערהייט, גוט אויסגערוהטע און אָפּגעפרישטע.
* * *
השי"ת זאָל אונז אַלעמען, און דעם כלל אחב"י יחיו געבן אַ געזונטן זומער, אַ געזונטן אלול — אני75 לדודי ודודי לי76 — און אַ גוט יאָהר בגשמיות וברוחניות.
הערות
עמודים המצטטים את אותם מקורות
עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.