252
דעם עצם הנשמה, ער זאָל נתעורר ווערן, דערלייכטן די התפשטות פון נר"ן.
לח. מיר אידן זיינען דער עם אחד המיוחד צו זיין איבערגעגעבן מיט דעם פולסטן מסירת נפש דורכצופיהרען אונזער מיוחדיקע עבודה מיט, מסירת נפש, דעם אמיתת ענין אחדות הוי'72.
עס איז פאַראַן דריי אחדים: אתה אחד, תורה אחת און גוי אחד, דריי איינהייטן וואָס זיי זיינען יעדער אַ איינציקער, אַ יחיד. אָבער אין תוך גענומען זיינען די דריי איינהייטען דורכגעדרונגען פון אַלע דריי.
דער אתה אחד וואָס הוא לבדו הוא ואפס זולתו איז דורכגעדרונגען פון דער תורה אחת, וואָס די תורה איז רצונו וחכמתו ית', און יעדער אידישער קינד איז מהות נשמתו חבוקה ודבוקה אין עצמות אין סוף ב"ה און כל אחד ואחד איז ענינו ממשיך זיין דעם הוי' אחד דורך דער תורה אחת.
יעדער איינער וואָס פאַרטיפט זיך אין דעם תוכן פנימי פון דעם ענין בכלל און מיט דעם חסידות'ן הרגש פנימי בפרט, איז זיין האַרץ באמת פאַרביטערט וואָס דער כלל ישראל בארצנו הקדושה ת"ו ובארצות פזורנו איז אַזוי בזוי ושסוי.
השי"ת זאָל העלפן אַז מיר אַלע, דער כלל ישראל, זאָהלען זוכה זיין צו דעם חסד אמיתי בטוב הנראה והנגלה73 אַז מען זאָל זעהן און פיהלן דעם חסד בגשמיות, ווי מען זאָגט בלשון המדובר, בעשיינפערליך.
לט. הוד כ"ק רבינו הזקן אין הערה לתיקון חצות איז ער קורא דעם עדת החסידים בשם כל החיל אשר נגע יראת הוי' בלבם, ווי עס איז אָפטער ערקלערט געוואָרן דער עבודהחסידותפנימיות'דיקערוואָרט: אַ איד איז אַ זעלנער.
אַ זעלנער איז אַ מסירותנפש מענטש, ער רעכנטזיך מיט קיין זאַך ניט, באַ אים איז נאָר איין זאַך "משמעת" — סלושאיו, איך הער — הנני מוכן לקיים — טוטאָן דעם ראניעץ אויף דעם רוקן, דעם אקדח — רעוואָלווער אויף איין זייט, דעם שווערד אויף דער צווייטער זייט, גאַרטעלטזיך אַרום מיט אַ גאַרטעל וואָס איז אָנגעפילט מיט פיסטאנעס פולווער, און מאַרשירט מיט אַ מסירות נפש שטאַלץ74.
און אָט די זיינען דער אויפריכטיקער חיל וואָס יראת הוי' נגע בלבם.
קינדער תלמידי התמימים, "תומכי תמימים" לערנט אייך, אין דעם לימוד התורה וואָס מען לערנט אייך, צו דעם לימוד פון לימוד התורה אויך זיין אַ תורהבןחיל, און מיט די לימודים פון תורה ועבודה זאָלט איר בעזרתו ית' מאַכען ליכטיק די אידישע וועלט.
מ. תמימים. מען בעדאַרף גיין אין דעם
הערות
- 72. ברשימת השומעים: אחר שנגנו ניגון של אדמו"ר הזקן של ד' הבבות, וכ"ק אדמו"ר שליט"א נגנו ג"כ בדביקות גדולה ובבכיות עצומות, אמר: דער אויבערשטער זאָל אויף אונז רחמנות האָבן, השי"ת ירפא לבבנו הנשבר והנדכא, אַז מ'האָט אַזאַ בן יחיד, מיר זיינען דער גוי אחד בארץ, אַזויפיל יאָרן זיינען מיר ממשיך מיט מסירות נפש דעם הוי' אחד ע"י תורה אחת בארץ שלמטה.
- 73. ברשימת השומעים: ניט נאָר מיט אמונה, וואָס אַלע אידן זיינען דאָך מאמינים אַז עס איז חסד; נאָר עס זאָל זיין דער חסד עליון לעין כל.
- 74. ברשימת השומעים: אַ סאָלדאַט גייט אומעטום וואו מען שיקט עם — בלי שום מונע, אין רעגן און דונערן, אין בלאָטע און זאַמד און שניי.
עמודים המצטטים את אותם מקורות
עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.