251
לאמיתתה של תורה, און איך האָב זוכה געווען כל ימי חייו בעלמא דין מברר צו זיין כל הלכה והלכה להעמידה על בורי'.
הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק — דערציילט מיר הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק — האָט מיר געזאָגט בברכת הברמצוה שלי: איך פיהל נאָך כהיום דעם ציטער וואָס הרי"א האָט אַ ציטערגעטאָן איבערזאָגענדיק די ברכת הצדיקים, און ע"פ בקשת הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק האָט ער — הרי"א — מיך געבענטשט.
לו. זקני החסידים לדורותיהם האָבן אין יעדער זמן שטאַרק מזהיר געווען זייערע מחונכים און צעירי החסידים בכלל אַז אין יעדער זמן פון זמני השנה זאָל מען דערמאָנען ווי האָט אויסגעזעהען דער זמן בהנהגת החסידים מיט יאָרן פריער, ווי האָט אויסגעזעהען אַן אַמאָליקער חודש אלול, דער חסידישער זמן סליחות, די הקדמה צו ראשהשנה ויום הכיפורים, און דער חסידישער זמן שמחתינו, די ימי החול און שבתים ומועדי השנה.
מיר פיהלן נאָר אונזער ניטגוט, אונזערע גשמיותמחסורים, מען טראַכט ניט וואָס מען האָט יע, און בפרט צו פאַרטראַכטן זיך אין דער נקודת האמת צי מען איז ווערט אפילו דאָס וואָס מען האָט יע.
עס איז קלאָר אַז ווען מען מאַכט באַ זיך אַ חשבון צדק אדעתא דנפשי', וואָס מען האָט אין גשמיות און וואָס מען איז ווערט צו האָבן מצד העדר עבודה אין דאָס צוליעב וואָס עס איז געווען די ירידת הנשמה ממקור חוצבה, ווערט שטאַרק ניטגוט אַז די האַרץ וויינט.
יעדער איינער ווייס זיין מצב הרוחני עס איז שטאַרק, זייער שטאַרק ביטער70.
לז. הוד כ"ק רבינו הזקן אין זיין הערה לתיקון חצות זאָגט בלשונו הקדוש:
ואחר הדברים והאמת האלה, כל החיל71 אשר נגע יראת הוי' בלבם יסירו מסוה הבושה ויתאספו אגודות אגודות עשרה או פחות או אפילו ביחידות ויעשו כסדר תיקון חצות הנדפס בסידורים.
חסידים ווייסן בקבלה מסודרה מהוד כ"ק אבותינו רבותינו הקדושים נ"ע דעם אופן וסדר הכתיבה ווי הוד כ"ק רבינו הזקן האָט געשריבן.
הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק האָט מיר געזאָגט:
די וועלט זאָגט אויף אַ גדול אַ הפלאה, ער שרייבט מיט קאָפּ. מען זעט אַז יעדער אויסשפּראַך איז אַ אויסגעפולטער מיט טיפע השכלה, דעם רבי'נס אַ וואָרט איז אַ נשמה אור עצמיוואָרט, יעדער וואָרט איז אַ נשמה איבערלעבונג.
מיר זאָגן איבערלעבונג ווייל מיר זיינען אָרעם אין באַדייטונגס אויסשפּראַכן די אויסשפּראַך, טיפע השכלה, איז אַ באַווייז אויף השכלה עצמית.
יעדער וואָרט דעם רבי'נס וועקט
הערות
- 70. ברשימת השומעים: מען איז זיך גאָרניט משער די הפלאה פון איצטיגן זמן וואָס ביי אבותינו רבותינו הק' איז עס ניט געוועזן. מיר זיינען סאָלדאַטן דאַרפן מיר גיין אין פאחאד. עס איז ידוע דעם וואָרט פון אדמו"ר הזקן[ednref_28_*]: דו זאָגסט אַלץ וואָס דו דאַרפסט, אויף וואָס דאַרף מען דיך זאָגסטו גאָרניט].
- 71. בקצת סידורים נדפס החי. והוא טעות הדפוס. ראה שמואל א' י, כו. שו"ע לרבינו הזקן חאו"ח מהדו"ב סי' א' ס"ב. אגה"ק סי' ל' [וראה גם לקמן ע' 337. [edn_28_*] ראה לעיל ע' 126. וש"נ.
עמודים המצטטים את אותם מקורות
עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.