250
מיט אַלע זיינע קפ"ו אלף מחנות66 בפרט מאַכן פון יעדער בן און בת ישראל אַ העל לייכטענדיקן היינגלייכטער.
דער אמת איז אַזוי.
דער חסרון באַ די איצטיגע גזע החסידים איז וואָס מען איז זיך מסתפק מיטן עבר, מען האָט אַמאָל געטאָן.
אַי די הסתפקות. אַלטע חסידים מיט פופציק זעכציק יאָר צוריק פלעגן נאָכזאָגען קרעכץווערטער וואָס זיי האָבן געהערט פון זקני החסידים אין זייער צייט, מיוסד אויף אַ תורהוואָרט פון רבין.
אין די ערשטע יאָרן ווען הוד כ"ק רבינו הזקן האָט מייסד געווען די אַזויגערופענע חדרים67 פון גרויסע בעלימוחין וידיעה, פלעגט ער פאַר זיי זאָגן תורה, קורץ און שאַרף, מיט אַ קאַלטן בראנדברען און מיט אַ נקודה'דיקן ביאורוואָרט.
לג. דאָס איז דער תורהוואָרט:
עבדו את הוי' בשמחה68. אין עבודת הוי' זיינען פאַראַן צוויי אופני עבודה מרירות על העבר ושמחה בהעבודה בקבלתעול על להבא. כמו אַ בעלעסק ווי רייך ער איז, האָרעוועט ער פונדעסטוועגן מיט גאָר אַ שטאַרקער איבערגעגעבענקייט. אין די לאַנגע הייסע זומערטעג, אַזוי אויך אין די שנייפראָסטיקע טעג — אַלץ מיט אַ איבערגעגעבענקייט, וואָס אַזוי בעדאַרף זיין אין עבודת הוי'. אין דער עבודה פון קבלתעול בעדאַרף מען דערהערן דעם שמחת הנפש וואָס מען איז זוכה צו זיין אַ עובד הוי'.
לד. עס איז געוויס ריכטיג וואָס מאנכע חב"דחסידישע מחונכים וועלן זיך פאַרטראַכטען וועגן דעם אריכות הדיבור אין דעם ביאור ענין וואָס אַ חב"דחסיד בעדאַרף זיין לויט תורת חב"דחסידות. דער טעם — ווייל משרבו החכמים בעיניהם און שלעפּן דעם חסידישן וואָגן אין זייער ישותעצמיות'דיקע מציאות, איז וויפל מען וועט ניט מזהיר זיין איז אַלץ ווייניק.
לה. החסיד הרה"ג ר' יצחק אייזיק נ"ע מוויטעבסק האָט געהאַט אַ ברכה פון הוד כ"ק רבינו הזקן אויף אריכות ימים69.
הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק, צווישן די כיבודים פנימיים מיט וועלכע ער האָט מיך מזכה געווען, איז פאַראַן אַ סיפור וועגען הרה"ג הרי"א וואָס ער האָט דערציילט להוד כ"ק אאזמו"ר מוהר"ש בשנת תר"ז: איך האָב זוכה געווען צו ברכת צדיקים עתיקא קדישא מורנו הבעש"ט, מורנו הרב המגיד ממעזריטש וכתרא עילאה הוד כ"ק רבנו הזקן.
דער זיידע — זאָגט הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק — האָט זייער מייקר געווען די זקני החסידים וועלכע זיינען נאָך געווען באַ רבינו הזקן, ובפרט די חסידים הראשונים תלמידי החדרים.
מיך — האָט רי"א געזאָגט להוד כ"ק אאזמו"ר הרה"ק — האָט הוד כ"ק רבינו הזקן מכבד געווען מיט פסקי הלכות
הערות
- 66. ראה זח"ג קנד, א. קנה, א. וראה סה"מ תש"ג ע' 84. תש"ט ע' ז. ועוד.
- 67. אודות החדרים — ראה לעיל ע' 235. וש"נ.
- 68. תהלים ק, ב].
- 69. תקכ"ח — תרכ"ז לערך. זע וועגן עם: ספר השיחות קיץ ה'ש"ת ע' 78. התמים ח"ד ע' כח און ווייטער [וראה גם לעיל ע' 47 הערה 12.
עמודים המצטטים את אותם מקורות
עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.