249

היימישן רוח אָבער שוין אַביסעלע פאַרמישט מיט אַמעריקאַנער סמעטענע פון זחות הלב60.

ער איז אַ חסיד צו אַ טאַנץ, זינגט אַ ניגון מיט אַ קנאַק באצבע צרדה61, גייט אַ חסיד'ישןטאַנץ.

דער זינגען און טאַנץ זיינען צוויי פון די זאַכן וואָס זיינען וויכטיג אין דרכי החסידים. איבערלעבן אַ יחידות וואָס מען האָט געהאַט ביים רבין, אַ סיפור וועגן אַ רבין און אַריינפלעכטן זיך אין דעם חסידישדביקות'דיקן קאַראַהאָד.

מאַנכע יונגע חסידישע מחונכים מיינען אַז דאָס איז אַ טייל פון עיקרי דרכי החסידות. זיי מאַכן זיך גרינג און ווילן מיט דעם יוצא זיין דעם עיקר.

דער דרך פון אַזעלכע איז, אַז אויף זיך געפינט מען כל ערליי הצטדקות62. מען לערנט ניט קיין חסידות, און מען איז יוצא מיט אָפּבראָקן אַ פרק תניא, אָפּברומען אַ פּאָר עמודים פון אַ מאמר חסידות.

און ועל כולם איז מען נאָך מטהר את השרץ בק"ן טעמים63.

תורת החסידות איז אור החיים, אַ ליכטיקן לעבן, און ווען עס ווערט ליכטיק פאַרשווינדען אַלע שרצים. שרצים זיינען פאַראַן פאַרשידענע: בגדיםשרצים, קערפּערשרצים, הייזערשרצים, און אויסראַמען זיי איז נאָר מיט וואַסער, מען וואַשט זיך אַרום, מען קאַמט זיך אויס, פאַרטיליקט מען די ניטריינע ברואים, און מען ווערט ריין און פריש באמת.

איך בין זיכער אין דעם חסידישן אוזן שומעת בכלל און אין דעם חב"דחסידישן אוזן מילין תבחן בפרט64, אַז כל אנ"ש ותלמידי התמימים, ה' עליהם יחיו, פיהלן ווי שווער, ווייטאָגטיק מיר איז דאָס צו זאָגען65. אָבער אין דער חב"דחסידישער הדרכה איז יעדער יחיד טייער ווי אַ רבים. דער חסידישער אהבתישראל וויל אַז יעדער אידישקינד זאָל זיין אַ עמוד אש אלקי.

לב. אידן. אַלע אידן, זיינען בעלי מעלות בכלל, און חסידים זיינען בעלי מעלות בפרט, און חסידיחב"ד זיינען בעלי מעלות בפרטי פרטיות.

עס איז ידוע דער גאָר אַלטער וואָרט וואָס נאָך די זקני החסידים פלעגן זאָגען וואָס זיי האָבן מקבל געווען ווען זיי האָבן זיך געוואַלגערט אין די קינדעריאָרן אַרום די חסידים הראשונים:

מלאכי מעלה בכלל און מלאך מיכאל

הערות

  1. 60. ברשימת השומעים: דאָס וואָס מ'רעדט היינט איז אַ "מבוא" צו דער מכתב כללי וואָס איך האָב היינט מפרסם געווען לתלמידי התמימים[ednref_27_*] [ההמשך בפנים].
  2. 61. ראה גם שיחת פורים תש"ו (לעיל ע' 24). וש"נ.
  3. 62. ברשימת השומעים: ער ווייס וואָס ער זאָגט, ער ווייס וואָס עס שטייט, ער ווייס וואָס ער טוט; אויף יענעם געפינט ער אַלע חסרונות, און באמת איז ער גאָר אַ שרץ.
  4. 63. ברשימת השומעים: ער איז מטהר דעם שרץ מיט ק"ן טעמים, ער איז אַ טמא ומטמא, ניט קיין גע'פגר'טע שרץ נאָר אַ לעבעדיקער שרץ — ער איז דאָך אַ חסיד, ממילא האָט ער חיות, איז ער אַ לעבעדיגער שרץ. איך מיין ניט חלילה אַ שרץ, נאָר ער טוט ניט וואָס מ'דארף.
  5. 64. ראה גם שיחת ליל א' דחה"ס תש"ו ס"ד (לעיל ע' 4). וש"נ.
  6. 65. ברשימת השומעים: עס איז אפילו אַ טוטווייער וואָרט דאָס צו זאָגען, אָבער מען מוז זיך אָפּריידען פון האַרצען. [edn_27_*] אגרות-קודש ח"ט ע' תמו ואילך.

עמודים המצטטים את אותם מקורות

עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.