248

חדר פלעג איך אַלץ פאַרשרייבן. מובן אַז מיין דאַמאָלסטדיקן כתב האָט מען שווער געקענט לייענען54, און איך אַליין האָב געדאַרפט אַ סך האָרעווען צו פאַנאַנדערקלייבען דאָס וואָס איך האָב געשריבן, אָבער סוף דבר האָב איך פאַנאַנדערגעקליבן55.

דער תמימות'דיקער אויספאָלגן וואָס מיין מלמד ר' ניסן האָט מיר גע'עצה'ט, ווי שווער עס איז מיר ניט געווען דער פאַרשרייבן, האָט מיר געבראַכט צו דעם אַז באַ מיר זיינען געווען פאַרשריבן כמה וכמה סיפורים, וואָס שפּעטער מיט יאָרן האָב איך זוכה געווען אַז הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק האָט זיי מיר מבאר געווען.

כט. אין ליובאַוויטש איז די מקוה געווען אין אַ פּלאַץ אַז מען האָט בעדאַרפט פאַרבייגיין די צוויי גרויסע בתי מדרשים, און ווען הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק פלעגט גיין שבת גאַנץ פרי פון מקוה פלעגט מען דאָרטן זאָגען תהלים בציבור56.

נאָכן סדר נטילת ידים און ברכת השחר, וואָס עס פלעגט נעמען אַ געוויסע צייט, זאָגט מיר איינמאָל הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק56:

דער גרעסטער בעל חוש וואָס פאַרמאָגט אַ אוצר פון ווערטער קען ניט אַרום ריידן אין ווערטער די הפלאת המעלה פון אַזאַ תהלים זאָגען, און קינסטלער און בעליהרגש קענען זיך ניט משער זיין דעם קורת רוח למעלה פון אַזאַ תהלים זאָגען.

מלאך מיכאל מיט אַלע זיינע מחנות זיינען מחבק ומנשק57 די ווערטער מיט די קרעכצען פון די אנשים פשוטים ביים זייער אמונהתמימות'דיקן תהליםזאָגען.

ל. אין מיינע רשימות איז פאַראַן אַ צייכנונג פון אַ פנימיותדפנימיות'דיקן וואָרט:

אנשים פשוטים מיט זייער איבערגעגעבענער אמונה פשוטה זיינען כלים עצמיים צו פשיטות העצמות58.

אט דער עצמיות'דיקער וואָרט בעדאַרף ניט קיין ביאורים. דאָס איז אַ הרגשעצמי וואָרט וואָס באַ אַ חסידישן התועדותפאַרבריינגען ווערט ער נתעצם באַ יעדער חסידישן מחונך.

לא. חסידישע מחונכים זיינען בדרך כלל און על פי רוב בעלי מעלות. דער חסידישער חינוך בדרך כלל און ביחוד דער תומכי-תמימים חינוך. זייענדיק הי אין לאַנד מיט פילע יאָרן צוריק59 האָב איך געזעהן בעת מיינע ביקורים אין פאַרשידענע ערטער אַז די חסידישע רבנים, שובי"ם, מלמדים און בעליבתים האָבן מיטגעבראַכט דעם חסידיש

הערות

  1. 54. ראה גם רשימת היומן שבהערה 11.
  2. 55. ברשימת השומעים: אַ ליכטיגן גן עדן זאל האָבן מיין מלמד וואָס האָט מיר מחנך געווען צו זיין אַ ריכטיגע כלי צו מקבל זיין אַלץ לפי ערכי. אין די קליינע קינדער יאָהרן פלעג איך מיר פאַרשרייבן אַלס וואָס איך האָב געהערט; איך פלעג דאַן אַזוי שרייבן אז נאַר איך האָב געקענט איבערלייענען, און דאָס איז געווען ביי מיר דאַן אַ הפלאה, ווייל דער וואָס קען שרייבען קענען אַלע איבערליינען, אָבער אַז מ'קען ניט שרייבען און מ'קען נאַר אַליין איבערלייענען וואָס מ'האָט געשריבען איז דאָס אַ הפלאה.
  3. 56. ראה גם שיחת יום שמח"ת תש"ז (לעיל ס"ע 78 ואילך)].
  4. 57. זע דעם מאמר צאינה וראינה תש"ח (קונטרס נח) ע' 4 [סה"מ תש"ח ע' 202. תרח"ץ ע' רמג.
  5. 58. ראה לעיל ע' 3. וש"נ.
  6. 59. י"ב אלול תרפ"טכ' תמוז תר"ץ. — ראה בארוכה "מבוא" לספר השיחות תרפ"חתרצ"א ע' מב ואילך. וש"נ.

עמודים המצטטים את אותם מקורות

עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.