247

בעתה ובזמנה על מילואה — אויספירליך. זיין התמסרות צו עבודה אלקית מיט אַ איבערלעבונג. אין אַלץ אָנגעזעהן ווי עס איז איינגעהילט אין לבוש האמת.

כו. הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק איז מיך מקרב ברחמים גדולים ובחסדים עצומים און דערציילט מיר פון די גאָר ערשטע קינדעריאָרן וואָס ער האָט געהערט פון זיין זיידען הוד כ"ק אדמו"ר הרה"ק צמח צדק און די זמנים פון ימי בחרותו, און איז מיך מזכה מיט דער ריכטיקער מתנה רוחנית — דערציילט מיר וועגן איינער פון די ערשטע יחידות באַ הוד כ"ק אביו הרה"ק.

אין לימוד החסידות וואָס הוד כ"ק אאמו"ר איז קובע זמנים צו לערנען מיט מיר איז איינער פון די ערשטע מאמרים געווען דער מאמר הללי נפשי את הוי' אין סידור50, זאָגענדיק אַז זייענדיק אויף יחידות אין די ערשטע יאָרן באַ הוד כ"ק אביו הרה"ק האָט ער אים געזאָגט, אַז דעם מאמר האָט אביו הרה"ק צמח צדק געהערט פון רבינו הזקן ווען ער איז געקומען פון פּעטערבורג. אין דעם שווערס כתבים — הוד כ"ק אדמו"ר האמצעי — איז דער מאמר באריכות. מיט דעם מאמר הללי נפשי את הוי' האָט דער רבי איבערגעגעבען דעם אור עצמי וואָס ער האָט מקבל געווען באַ דעם מגיד אין מעזריטש.

דער סיפור איז באַ הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק אַ סיפור יסודי, וואָס איך האָב אים געהערט מערערע מאָל אין פאַרשידענע זמנים, און יעדער מאָל מיטן זעלבן סדר און מיטן זעלבן סגנון זאָגענדיק דערביי אַז דברי הרב בעדאַרף מען היטן און מדייק זיין, וואָס יעמאָלט איז מען אַ מרכבה צו אַ אור וחיות פנימי ועצמי.

כז. אַ מחנך בעדאַרף האָבן51 אַ געוויסן מסירת נפש אויף דעם חינוך, און דער מסירת נפש פון דעם מחנך שטעלט אַוועק דעם מחונך אין אַ קרן אורה, אין אַ ריכטיק ליכטיקן ווינקל.

כח. איך האָב אייך שוין מערערע מאָל דערציילט וועגן דער הצלחה וואָס איך האָב געהאַט אין מיין חינוך דורך די זקני החסידים וואָס זיינען געזעסן אין ליובאַוויטש, ווי ר' חנוך הענדיל, ר' אבא, ר' שמואל הורוויץ52, ר' מאיר מרדכי, און אויך די וואָס פלעגן קומען מזמן לזמן אין ליובאַוויטש געוויסע בעלי שמועה ווי די דאָקשיצער מלמדים ר' אהרן און ר' יקותיאל53 וואָס יעדער וואָרט זייערער איז געווען מיט חב"דחסידיש פנימיות'דיקן עבודתהלב געשמאַק.

איינמאָל האָב איך זיך געקלאָגט פאַרן מלמד ר' ניסן אַז איך פאַרגעס די סיפורים וואָס איך הער. האָט ער מיר גע'עצה'ט צו פאַרשרייבן דאָס וואָס איך הער און פון וועמען און אין וועלכן זמן איך האָב געהערט54.

איך האָב אויסגעפאָלגט זיין עצה און ווען איך האָב געהאַט פרייע צייט פון

הערות

  1. 50. נו, ב ואילך (בכותרת בגוכי"ק אדמו"ר האמצעי — שהוא משנת תקס"ז). עוד נוסחאות מהמאמר: מאמרי אדה"ז: על מארז"ל ע' שפג ואילך; הנחות הר"פ ע' ל ואילך (בכותרת: פ' כי תשא ס"ז); כתובים ח"א ע' קסז ואילך. וראה גם אוה"ת (יהל אור) לתהלים ע' תקנז ואילך; שם ע' תרצד — הגהות לסידור שם].
  2. 51. זע באריכות מאמר כללי החינוך (אין קונטרס ח"י אלול ה'תש"ג [ספר השיחות תש"ג ע' 206 ואילך).
  3. 52. ר' שמואל מאזינקער הנ"ל הערה 7.
  4. 53. ראה לעיל ע' 113. וש"נ.
  5. 54. ראה גם רשימת היומן שבהערה 11.

עמודים המצטטים את אותם מקורות

עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.