244
נחת פון זיינע המצאות, און אַזוי וואַקסט אַ נאַרישער חסידישער יונגערמאַן און ווערט אַ שיווער איד מיט קינדערשן שכל.
יז. יחוס השי"ת וירחם אַז זכותם של הוד כ"ק אבותינו רבותינו הקדושים און זייער מסירותנפש וואָס זיי האָבן געהאַט אויף תורת החסידות און אויף חסידים זאָל מגין זיין אויף חסידות חב"ד, און זיי זיינען געוויס אויך איצטער מעוררים רחמי שמים על עדתם ונחלתם להוושע בגשמיות וברוחניות בתוך כלל אחב"י, ה' עליהם יחיו26 ויתברכו בגשמיות וברוחניות.
יח. הוד כ"ק רבינו הזקן האָט דערציילט להוד כ"ק בנו אדמו"ר האמצעי ולהוד כ"ק נכדו הרה"ק צמח צדק, אַז דער דרך אמיתי אין דרכי החסידות בהנוגע צו חינוך איז אַז עס זאָל זיין עלטערע חסידים מדריכים וואָס זאָלן קענען געבען די אמת'ע הדרכה ווי צו זיין אמת איבערגעגעבען צו אַ רבין און דאַן ווערט מען אַ מקבל פנימי, און באַ מיר — דערציילט רבינו הזקן — זיינען געווען דריי תלמידי מורי הרב המגיד ממעזריטש וואָס האָבן נאָך זוכה געווען צו קענען מורנו הבעש"ט27: א) הצדיק הר"פ מקאָרעץ28, ב) מורי הרה"ק ר' יששכר בער מליובאַוויטש5, ג) הרה"ק ר' מיכל מזלאָטשוב28, וואָס האָבן מיר איבערגעגעבען געוויסע זכרונות פון די נסתרים.
אין אַ אַנדער אָרט איז דערקלערט איבער די פילע ביכער כתבים וואָס הוד כ"ק רבינו הזקן האָט פאַרשריבען וואָס ער האָט מקבל געווען מהזקנים בשם הצדיקים הנסתרים.
איצטער גיב איך אייך איבער די צוויי תורות פון מורנו הבעש"ט. די ערשטע תורה איז איינע פון די תורות וואָס אויך ר' פנחס האָט אים איבערגעגעבען, און די צווייטע איז הוד כ"ק רבינו הזקן'ס אַ תורה, וואָס ער האָט געזאָגט פאַר זיינע תלמידים יונגע לייט קומענדיק דעם ערשטן מאָל פון מעזריטש29.
יט. תורה ראשונה:
הריעו להוי' כל הארץ30 איז ר"ת הלכה31. דער הילוך איז אין אַלע מדריגות הנשמה. חמש מדריגות זיינען אין נשמה ווי זי איז בא פון עצמות א"ס, יחידה, חי' נשמה, רוח ונפש, וועלכע טיילען זיך אין צוויי דרגות נר"ן און חי' יחידה. אין נר"ן ווערט דערהערט דורך השגה, אין חי' יחידה דורך אַ הרגשגעפיהל.
זקני התלמידים ובראשם הצדיק החסיד ר' יצחק שאול32 האָבען דערציילט אַז די תורה האָט גע'פועל'ט אַז מען האָט געפיהלט דעם בעל השמועה, און כמה שבועות זיינען די שומעים געווען אין אַ גרויסע עבודה התרגשות, און די יונגע לייט די פרחי החסידים האָבען דערפילט אַ חיות חדש.
הערות
- 26. לשון הכתוב — ישעי' לח, טז.
- 27. ראה גם שיחת ב' ניסן שנה זו (לעיל ע' 198). וש"נ.
- 28. ראה אודותו — לעיל שם.
- 5. באריכות באַשריבן אין מיטעלען רבי'ס בריף (געדרוקט אין בית רבי ענדע חלק א [אגרות-קודש כ"ק אדמו"ר האמצעי ח"א ע' רלז ואילך]. זע אויך שיחת י"ט כסלו תרצ"ג אות ד [לקו"ד ח"א יג, ב ואילך. וראה גם ספר השיחות תר"פתרפ"ז ע' 232. וש"נ.
- 29. עוד דברים שאמר או עשה כשחזר ממעזריטש — ראה לעיל ע' 23 הערה 7. וש"נ.
- 30. תהלים ק, א].
- 31. לקוטי תורה להאריז"ל תהלים ק' ובשער הפסוקים שם. — נתבאר ע"פ דא"ח בסידור ע"פ מזמור לתודה בפירוש המלות מהד"ב פרק קמ"א ואילך ועוד.
- 32. וועגן עם זע אין ספר הזכרונות באריכות.
עמודים המצטטים את אותם מקורות
עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.