243
אין די בערג און וועלדער, און טרעפטזיך מיט די צדיקים נסתרים22. אין אַן אַנדער אָרט ווערט בארוכה באַשריבען ווען און באַ וועלכע אומשטענדען מורנו הבעש"ט ווערט דער נשיא הנסתרים23 און גיט זיך אָפּ מיט פדיוןשבויים24. אידן וואָס זיינען אַריינגעפאַלען צו פריצים אין די הענט פאַר ניט האָבען צו באַצאָלן די אָרענדע אָדער פאַר אַנדערע זאַכען און די פּריצים האָבן זיי באַהאַנדעלט ווי געפאַנגענע. ביז עס איז געקומען די גליקליכסטע הייליקליכטיקע התגלותצייט.
יד. דאָס איז די אריכותקיצור'דיקע הקדמה. באַ אייך איז דאָס וואָס איך האָב דאָ מבאר געווען אַ אריכותדברים, עס איז אָבער ניט קיין אריכות לויט ווי איך האָב זוכה געווען צו הערן און אייניגע מאָל אויך איבערגעבען די הפלאת המעלות עצמיות און התעוררות רחמים און אין גילוי כחות הנפש וואָס עס מאַכט באַ חסידים לדורותיהם ווען מען רעדט איבער אַ תורה וואָרט, אַ סיפור אָדער אַ ניגון פון הוד כ"ק אבותינו רבותינו הקדושים.
טו. אַ עצמי קען זאָגען אַזאַ עצמותוואָרט, און אַ פנימי איז אַ כלי צו אַ עצמותוואָרט — זאָגט הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק בנאותדשא י"ב תמוז תרנ"ה, און אין די מסודר'דיקע שעות הטיול בכל יום, איז הוד כ"ק אאמו"ר דאָס מבאר בארוכה מיט פערשידענע דערקלערונגען און משלים, זאָגענדיק אַז דאָס איז דער אונטערשייד פון זאָגען חסידות און ריידען אין חסידות.
זאָגען חסידות איז יעדער וואָרט געוואויגען און געמאָסטען מיט אַ שטאַרקען דיוק. דער טעם הענין איז, עס בעדאַרף זיין דער תן25 לחכם ויחכם עוד26. תן לחכם אותיות מדויקות, ויחכם עוד וועט באַ דעם מקבל, דעם הערער, נתרחב ווערן דער כח החכמה, און ווען דער כח החכמה ווערט נתגלה איז יעדער וואָרט אַ גילוי מקורי. און השכלה פון חב"דחסידות ווייס ווי צו דערקלערן דעם הבדל, אין וואָס איז דער חילוק אין דעם גילוי צי ער איז אַ מקורי אָדער אַ עצמי.
אויף מיין פראַגע באַ הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק גילוי און עצמי זיינען דאָך אַ דבר והיפוכו, אַ גילוי איז ניט קיין עצמי און אַ עצמי איז ניט קיין גילוי, ענטפערט ער: אַז דאָס פאַרשטייט דער וואָס האָרעוועט מיט אַ איבערגעגעבענקייט עצמיית אין עבודת התפלה, אַז מען האָרעוועט אין דאַוונען מיט אַ פנימיות'דיקער איבער געגעבענקייט.
פון אַ עבודהדאַוונער — זאָגט מיר הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק — ווערט אַ משכיל. דורך די מסירה ונתינה אין דעם כוסף ותשוקה אַז די גאַנצע מציאות זיינע אין די כחות הנפש פון שכל ומדות און די לבושי הנפש פון מחשבה דיבור ומעשה זאָלען זיין לויט ווי עס דאַרף זיין על פי עבודת החסידות, ווערט ער אַ משכיל, אַ כלי בהיר צו שכליים עצמיים.
טז. מען רעדט כלל וכלל ניט פון אַ כלומר'שטען משכיל, ער זאָגט אין תורה בכלל און אין חסידות בפרט חכמה'לעך, ער רופט דאָס טיפע השכלות און קלייבט
הערות
- 22. ראה ספר השיחות שם ע' 154. תש"ג ע' 156 ואילך. אגרות-קודש ח"ד ע' רצב.
- 23. ראה ספר השיחות תש"א ס"ע 155 ואילך.
- 24. ראה ספר השיחות קיץ ה'ש"ת ע' 83.
- 25. משלי ט, ט.
- 26. ראה אגרות-קודש ח"ב ע' שסד. סה"מ תרפ"ט ע' 194.
עמודים המצטטים את אותם מקורות
עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.