242
לאָזט זיך מגביל זיין, אָבער אַ ניגון איז אורות מרובים. הן אמת אַז אין אַ ניגון איז אויך פאַראַן כלים אָבער דער אור איז מרובה אויף די כלים. אָבער נאָך אַלעמדעם עס איז אַ אור וואָס עס איז שייך אַ כלי זאָל קענען פאַרנעמען על כל פנים אַ הארה פון דעם אור. פאַראַן אַ אור המאיר אין ווערטער עצמיים, וואָס דיבור זאָגט זיי, אָבער דער תוכן איז אַ אור עצמי וואָס אותיות הדיבור קען עס ניט ערקלערן נאָר מען פילט אַ הפלאה רוחנית.
יא. מיט איבער פופציק יאָר צוריק האָב איך זוכה געווען צו הערן פון הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק שמח"ת צו הקפות, אַז עצמות אין סוף זאָגט צו משה'ן וגם בך יאמינו לעולם19. רשב"י האָט מייסד געווען אַ חדר אויף מגלה צו זיין פנימיות התורה, דאָס מיינט אַ חדר וואָס איז מגלה די התקשרות פנימי פון עצמות הנשמה אין עצמות אין סוף און איז מבאר דעם מאמר20 אתפשטותא דמשה בכל דרא. דער אור העצמי פון משה רבינו איז מאיר אין יעדער דרגא איד, פון דעם גאון הגאונים ביז דעם פשוט שבפשוטים.
באַ חסידים איז דער דבר מלכא וואָס איז נתגלה געוואָרען דורך משה רבינו ווערט דערהערט דורך אַ תורה ועבודהווארט און אַ סיפור פון מורינו הבעש"ט.
באַ חסידי חב"ד איז דער דבר מלכות אַ וואָרט וואָס איז בקבלה פון הוד כ"ק רבינו הזקן און הוד כ"ק אבותינו רבותינו הקדושים וואָס זיי זיינען שושילתא דיחוסא קדישא16.
יב. פון די מאמרים וסיפורים וואָס איך האָב זוכה געווען צו הערן מהוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק בזמנים שונים, הן זייענדיק בהיכלו און הן בזמנים וואָס איך האָב זוכה געווען מיטצוגיין אין די שפּאַצירן לרגלי הטבת בריאותו, איז לטעם ידוע לי וויל איך אייך איבערגעבן צוויי תורות יסודיות וואָס הוד כ"ק רבינו הזקן האָט מקבל געווען מהוד כ"ק המגיד ממעזריטש בשם מורינו הבעש"ט.
די צוויי תורות זיינען פון צוויי בעזונדערע זמנים.
די ערשטע תורה איז וואָס הרב המגיד האָט מקבל געווען פון די זקני התלמידים הראשונים וועלכע האָבען נאָך געקענט את מורינו הבעש"ט בילדותו ובצעירותו.
יג. באַ תלמידי הבעש"ט איז געווען אַ סדר קבוע אין געוויסע זמנים — על פי צוואת ואזהרת מורם רבינו הבעש"ט — צו דערציילען דעם סדר תולדותיו און וואָס עס האָט מיט אים פּאַסירט בפרטיות ביז דעם זמן ההתגלות.
מורינו הבעש"ט איז געווען אַ וואַלגער יתוםאינגעל אויף וועלכען קיינער קוקט זיך ניט אַרום. ער האָט ניט געהאַט קיין באַשטימטען וואויןאָרט. פאַר אַ געוויסע צייט ווערט ער אַ געהילףשמש, פילטאָן ריינע וואַסער אין כיור, גיסט אַרויס די אומריינע, קערט אויס די שול, בריינגט קינדער צו די מלמדים און פירטזייאָפּ צוריק צו זייערע היימען21. שפּעטער לעבט ער אין אַ קליין אָרעמער צובראָכענער שטיבל אין אַ בלאָטיקער געסל, און ווערט אַ לייםפירער פאַרבריינגט טעג און נעכט
הערות
- 19. יתרו שם, ט].
- 20. תיקוני זהר תיקון סט.
- 16. ראה שיחת ל"ג בעומר שנה זו (לעיל ע' 224)].
- 21. ראה רשימת היומן של רבינו מיום ה', כ' מ"ח תרנ"ו (סה"מ תש"ט ע' 87). ספר השיחות תש"א ע' 156.
עמודים המצטטים את אותם מקורות
עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.