241

ז. צווישען דעם ריבוי סיפורים וואָס איך האָב זוכה געווען צו הערן מכבוד אמי זקנתי הרבנית מרת רבקה נ"ע זיינען פאַראַן אַ סך סיפורים ביחוד וועגען זייערע קינדער. אין די סיפורים וועגען הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק האָט זיך הוד כ"ק אאזמו"ר הרה"ק אויסגעדריקט אַז אונזער רש"ב'ס חסידישע ערנסטקייט און יראת שמים איז אַ מסירת נפש'דיקע.

באַ אים איז דער עיקר וואָס דער עיקר איז, און ער האָרעוועט בכל כחו צו מאַכען אַז אין דעם טפל זאָל ער אויך האָבען אַ חיות ווי אין דעם עיקר.

דער עבודה'דיקער חיות פון עבודה איז אַ כלי צו התגלות פון יחידה14.

ח. באַ הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק איז געווען זייער טייער יעדער חסידישער סיפור וואָס ער האָט געהערט מזקני החסידים וואָס זיינען געווען אין ליובאַוויטש15, כמו ר' חנוך הענדיל, ר' אבא, ר' שמואל מאזינקער, ר' מאיר מרדכי, ר' שמואל ברוך וואַרשעווער. ער רופט די חסידישע סיפורים מיטן נאָמען "מרגליות החסידות", די חסידישע פּערעלאַך.

ט. איך וועל אייך מזכה זיין מיט אַ חסידותפנימיות'דיקע מתנה, וואָס איך האָב געהערט אין מיינע קינדערשע וואַלגעריאָרען צווישען חסידים.

הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק האָט געזאָגט באַ אַ געוויסן פאַרבריינגען אַז אַ חסידישע התועדות בעדאַרף זיך אָנהויבן מיט אַ דברמלכות16. אַ דברמלכות פון מלך מלכי המלכים הקדוש ב"ה17.

פאַר מתן תורה שטייט18 ויוצא משה את העם לקראת האלקים.

משה רבינו איז דער געטליכער פעלדמאַרשאַל. ער — משה — פירט אַרויס דעם עם ישראל און צושטעלט אים מיט אַ געוויסן צבאסדר. פאַרטיג ווערנדיק מיטן איינאָרדענען דעם עם ישראל אין אַ געוויסן מיליטערישן סדר זאָגט ער צו הקב"ה:

דער עם סגולה איז גרייט און וואַרט צו הערן פון דיר אַליין דעם דבר מלך.

י. עס איז פאַראַן געוויסע תנאים און אופנים ווי אַזוי מען קען איבערגעבן, אַ תורה וואָרט, אַ ערציילונגסוואָרט. אַ ניגון איז אפילו אים ניט אַזוי גרינג איבערגעבן ווי אַ סיפור, ווייל אין אים איז דער געפיהל הרוחני מעהר ווי די אותיות הניגון. אויף דעם חסידות'ן לשון איז דער חילוק פון סיפור און ניגון: אין סיפור איז כלים מרובים, וואָס דאַן זיינען די כלים מגביל דעם אור און דער אור

הערות

  1. 14. במהדו"ק משיחה זו בגוכתי"ק רבינו: די באָבע האָט מיר דאָס דערציילט דעם סיפור וועגין דעם מעלת עבודת הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק אין אַ וינטער פאַרנאַכט בשעת זי האָט געטרונקען טיי, און אַרום טיש האָבין זעך געפונען די וואָס פלעגין באַ איהר טרינקען טיי ובתוכם הר' שלום מלמד, וואָס ער איז געווען דאַן ווען הוד כ"ק אאזמו"ר הרה"ק האָט איהר דאַן דאָס גיזאָגט. ער — ר"ש — האָט מיר איבערגעגעבין און איך פאַרשרייב דעם לשון בדיוק כאמור אונזער. . פון יחידה.
  2. 15. ברשימת השומעים: כ"ק אאמו"ר הרה"ק, ווי פאַרנומען ער איז געווען, נאָך אַלס אַ יונגערמאַן — אין אַלע ימים טובים, אויך שבועות — פון די מאמרים, און ער פלעגט אויף זיין ביידע נעכט שבועות, און כידוע איז כ"ק אאמו"ר הרה"ק נאָך אַלעס אַ יונגערמאַן געוועזן אַ חלש בגופו — מ"מ פלעגט ער פאַרבריינגען אין די זמנים פנויים מיט חסידים צו דערציילן און הערן.
  3. 16. ראה שיחת ל"ג בעומר שנה זו (לעיל ע' 224)].
  4. 17. זע ווייטער אות יא.
  5. 18. [יתרו יט, יז.

עמודים המצטטים את אותם מקורות

עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.