240
מצליח זיין אין מלמדזיין קינדער. די ברכה איז מקויים געוואָרען און ער האָט זיך גערעכנט פאַר דעם בעסטן התחלת גמרא מלמד.
מיין דריטער מלמד איז געווען ר' ניסן סקאַבלאָ10. וועגן זיין אופן הנהגה האָב איך שוין דערציילט אין פאַרשידענע זמנים, ווי אויך וועגן זיינע ספרי הסיפורים11 וואָס ער האָט געהאַט פון זיין עלטער זיידן ר' שמשון מלמד וואָס איז געווען אַ בעל שמועה, און בנו ר' אברהם מלמד איז געווען אַ כתבא רבא און האָט פאַרשריבען אַלע סיפורים בסגנון מדויק12.
ה. איך האָב שוין דערציילט דעם אופן החינוך וואָס הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק האָט מיך מחנך געווען "וואָס געדענקסטו" מיט די איינגעזאַפטע סיפורים האָבן באַ מיר געשאַפען אַ אינערליכע ליבשאַפט מיט אַ גרויסער דורשט אַז אין יעדע פרייע צייט פון חדר זאָל איך זיין באַ החסיד ר' חנוך הענדיל אין צימער, הערן פון אים אַ סיפור, אַ וואָרט; און דרךאגב פלעג איך אויסקערן דעם צימער, אַרויסטראָגען די אומריינע וואַסער און אַריינבריינגען פרישע וכיו"ב.
החסיד ר' ח"ה איז געווען אַ מחנך, ער האָט זיך ניט באַנוגענט מיטן טאָן פאַר זיך, מיטן ללמוד, נאָר ער האָט געטאָן מיט אַ מסירה ונתינה'דיקער עבודה מיט אַ חסידישע איבערגעגעבענקייט אין דעם וללמד. און אַלץ איז באַ אים געווען מיט אַ פייערדיקער אהבת ישראל מיטן חסידותחב"ד געשמאַק.
ו. מען האָט שוין אַ מאָל גערעדט און מבאר געווען באריכות, אַז אַ משפיע בעדאַרף זיין ווי אַ משפך13, אויבן אַ גרויסער און אַ ברייטער ביתקיבול און דערנאָך גאָר אַ שמאָלער צינור, וואָס דורכן צינור קאָן מען אַריינגיסן אויך אין גאָר קליינע כלים'לעך, וואָס אין דעם זיינען דאָ צוויי מעלות: ערשטענס אַז די קליינע כלים'לעך קענען אויך מקבל זיין די שפע ווי זי קומט גלייך פון מקור אָט אַזוי ווי די גרויסע כלים, און עס זאָל ניט נאבדווערן אפילו אַ טראָפּען.
אָט די אַלע מעלות פון אַ משפך זיינען פאַראַן, מיט דעם יתרון מעלה נפשית הרוחנית אויף דער מעלה גופנית הגשמי, אין נמשל באַ אַ חסידישן מחנך און מחונך. ערשטענס אַז די השפעה ווערט ניט נאבד, און צווייטענס אַז די השפעה קומטאָן למקום הראוי, און דריטנס עס זאָל ניט גיין לאיבוד אפילו אַ טיפה אחת, און פערטנס אַז אין איין טיפה איז פאַראַן דער גאַנצער כח און טעם — די קראַפט און דער געשמאַק — ווי אין אַ סך.
החסיד ר' ח"ה איז געווען דער אמת'ר מחנך, וואָס מיט זיין חינוך האָט ער מעמיד געווען מחונכים מקבלים אמיתיים באַ וועמען עס האָט זיך דערהערט יעדער וואָרט פון אַ סיפור, און יעדער חסידישער וואָרט אָדער תנועה האָט זיך באַ זיי צוגענומען מיט אַ חיות פנימי און האָט עושה געווען פירות און פירי פירות.
הערות
- 10. זע ספר השיחות [קיץ ה'ש"ת] ע' 69. [רשימת היומן שם בסוף קונטרס] שיחת ל"ג בעומר תש"ח ע' 32 [לקמן ע' 422 ואילך.
- 11. ראה רשימת היומן של רבינו מיום ג', ד' תשרי תרנ"ב ואילך (סה"מ תשי"א ע' 294 ואילך). שיחת קיץ תש"ח (לקמן ע' 254).
- 12. ראה ספר השיחות קיץ ה'ש"ת ע' 69 ואילך. שיחת ליל א' דחה"ש תש"ו. קיץ תש"ח (לעיל ע' 43. לקמן ע' 254).
- 13. {6} אַ לייקע.
עמודים המצטטים את אותם מקורות
עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.